א | בירור תכלית החיים

דער מענטש דארף פארשטיין וואס פונקטליך וויל ה’ פון מיר
די ערשטע עבודה פון דעם מענטש איז צו מברר זיין פאר זיך וואס איז זיין תכלית אין לעבן.

מיר וועלן מקדים זיין א קורצע הקדמה: יעדער איד ווייסט די פשוטע זאך אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, און איז אלעס מחיה, און מיר אויך.

השי”ת זאגט פארן איד וואס ער וויל פון אים. אבער דער שורש פון דעם פראבלעם איז, אז פארן מענטש איז נישט קלאר וואס השי”ת וויל פון אים, וואס פונקטליך מאנט און בעט השי”ת ער זאל טאן במשך פון זיין לעבן.

און טאמער וועט עמעצער פרעגן: רעדן מיר דען דא פון מענטשן וואס ווייסן נישט אז די תורה איז פון הימל, מיר האבן דאך שוין מקבל געווען די תורה וואס דארט ווערט געברענגט קלאר און דייטליך אז דער תכלית פון מענטש אין זיין לעבן איז אלע תרי”ג מצות?

אבער דער אמת איז, אז די וועלט ווערט אנגערופן עולם, פון לשון העלם – פארהוילן, און דא אויף דער וועלט איז דער בלבול (צומישקייט) זייער גרויס. און דאס איז אויך רצון ה’, אז ווילאנג דער מענטש גלוסט נישט און הארוועט נישט צו קלאר מאכן פונקטליך וואס ה’ וויל פון מיר דוקא, וועט מען עס נישט וויסן. און דער לעבן אן צו זוכן איז אזוי צוטומלט, פארשטעלט און פארהוילן, און אן צו זוכן זייער שטארק, האט מען נישט ארויס די קלארקייט ווי אזוי צו דינען השי”ת.

אודאי ווייסט יעדער מענטש אז ער דארף מקיים זיין די מצות, אבער עבודת ה’ איז נישט נאר מקיים זיין מצות, יעדע מצוה עקסטער פאר זיך ווען עס קומט אים אונטער, נאר די תרי”ג מצות דארף דער מענטש מקיים אין א פארעם פון א בנין. אז די מצות זאלן אויפבויען דעם מענטש ווי עס דארף צו זיין. און אויף דעם דארף מען א קלארע וועג ווי אזוי דער קיום המצות זאל געטאן ווערן אין א פארעם פון א בנין. און ער דארף וויסן וואס איז די ערשטע זאך ביים בויען דעם בנין, און וואס איז דער המשך, און וואס איז דער תכלית פון דעם קיום פון אלע מצוות. דאס מיינט צו זאגן, פארן מענטש זאל זיין קלאר ווי אזוי די מצות וועלן בויען א געזונטן פנימיות אין זיין נפש, ער זאל באקומען א ריכטיגן אנקוק אויפן תכלית!

תרי”ג מצות איז טאקע געגעבן פארן מענטשן, אבער פארן מענטש דארף זיין קלאר מיט וועלכע מצוה זאל ער אנהייבן (פארשטייט זיך אז עס איז דא טאגטעגליכע מצות וואס וועגן דעם רעדן מיר נישט), אהבת ה’, יראת ה’, דביקות בה’ וכו’, אסאך מצות, וואס מיר מוזן מאכן א סדר מיט דעם. דער נישט מסדר זיין פונקטליך, דאס איז גורם צו זיין פארנעפלט, פארשטעלט און פארהוילן. און ווען עס אז נישט קלאר, איז שווער צו דערגרייכן דעם תכלית פון די מצות.

ב
קלאר מאכן דעם אמת’ן וועג
צום ערשטן, פאר מיר גייען צו מברר זיין די ענינים, דארף מען האבן א שטארקן רצון צו וועלן מברר זיין, מען דארף קוקן אויפן לעבן מיט א ריכטיגן בליק, צו פארשטיין וואס איז אונזער פלאץ (מעמד) אויף דער וועלט, און אז אונזער גאנצער לעבן איז נאר כדי צו דינען השי”ת. און אונזער פליכט און אונזער זכות איז צו קלאר מאכן די אלע ענינים ווי צו לעבן א ריכטיגן לעבן.

מיר דארפן פארשטיין און פיהלן אז דער פלאץ פון רוה און עונג איז שייך צו יענע וועלט אין גן עדן עולם הבא וכדו’, אבער דעת תכלית אין די וועלט איז אים צו דינען, און מיר דארפן קלאר ווערן וואס איז די אויסגעטרטענע וועג צוצקומען צו דעם תכלית.

די זאכן וועלכע מיר וועלן יעצט דא רעדן און דורכשמיעסן, איז נישט שיינע רעיונות, געדאנקען און איינפאלן וכדומה, נאר א דרך החיים, א לעבנס וועג (פשוטו כמשמעו) א וועג ווי אזוי ריכטיג צו לעבן דא א לעבן וואס ברענגט די ריכטיגע תכלית. מיר וועלן זיך משתדל זיין צו מברר זיין די ענינים פון די גרינגערע ביז די שווערערע, טרעפל ביי טרעפל, עס זאל זיין א קלארער לייטער, עס זאל אויסזען אין אונזערע אויגן א קלארע וועג ווי אים צו דינען.

ג
פון וואו הייבט מען אן
אויב מיר וועלן אנהייבן פרעגן מענטשן, וואס זעט אים אויס די ערטשע השקפה, אין וועלכן ענין איז כדאי און איז ריכטיג אנהייבן עבודת ה’, וואס איז די ערשטע נקודה וואס זעט עס אויס לויט זיין יעצטיגן מצב? איינער וועט ענטפערן אז ער האט א שוואכקייט אין התמדת התורה, און לויט זיין מיינונג דאס איז די ערשטע נקודה וואס ער דארף אנהייבן און הארעווען צו פארעכטן. א צווייטער וועט ענטפערן אז לויט זיין מיינונג איז די נקודה וואס דארף וויכטיג א תיקון, איז “לשון הרע”. ער פילט אז ער איז נישט נזהר ווי עס דארף צו זיין אין היטן די מויל, דא און דארט פאלט ער דורך מיט זאכן וואס מען טאר נישט רעדן. דער דריטער וועט ענטפערן, לויט זיין מיינונג, איז די וויכטיגסטע זיך אפגעבן מיט “שלום בית”, דאס מוז זיך שנעל ענדערן, ער האט נישט גענוג געדולד צו זיינע בני בית, וכו’ וכו’. וועסטו טרעפן אסאך סארטן תשובות פון מענטשן. און אויב אזוי, דארף מען יעדן ענטפערן א ריכטיגע פרטית’דיגע ענטפער לפי זיין מצב.

אבער דער אמת איז נישט אזוי, עס איז דא איין (יסודות’דיגע) נקודה וואס איז פאסיג פאר יעדן מענטש כמעט, בלי יוצא מן הכלל.

ד
א איד האט א תפקיד יעדן רגע פון לעבן
יעדער איינער פון אונז איז געשיקט געווארן פון גן-עדן, און ווער ס’האט נישט זוכה געווען איז געשיקט געווארן דא ליידער פון גהנום, אבער די צד השווה פאר אונז אלעמען, אז מיר אלע זענען צוריק דא צו דינען השי”ת.

וואס איז די סיבה וואס וועגן דעם פונקט בין איך נאכאמאל דא אראפגעקומען אין עוה”ז? עס איז דא מענטשן וואס האבן געלערנט און געליינט אין ספרים הקדושים און געזען ווי עס ווערט געברענגט, אז יעדער מענטש איז צוריק געקומען דא צו מתקן זיין כאטש 1 זינד, און ביי די זינד איז זיין עיקר נסיון, און דאס איז בעיקר זיין תיקון.

אבער אין דער אמת’ן איז די עבודה פון מענטש, אפילו ער איז געשיקט געווארן צו מתקן זיין א ספעציעלע זינד וכדו’, הייבט זיך נישט אן זיין עבודה ביי דעם תיקון פון די ספעציעלע זינד, נאר אסאך פריער פון דעם. (לכל כלל יש יוצא מן הכלל וד”ל). תיקון איז שייך ווען עס איז דא א הויז, און עפעס ווערט קאליע א וואנט א טיר א פענסטער וכד’, דאן דארף דער זאך א תיקון. אבער ווען עס איז נאכנישטא קיין הויז, דארף מען נישט, און קען מען נישט גארנישט מתקן זיין, ערשט דארף מען א הויז און נאכדעם וועט מען זען וואס מען דארף פארעכטן.

אזוי די זעלבע איז מיט די עבודה פון מענטש אויף די וועלט, אפילו ער איז אראפ געקומען נאר צו מתקן זיין איין זינד, דאס הייסט נאך נישט אז מיט דעם הייבט זיך אן און מיט דעם ענדיגט זיך זיין עבודה. נאר יעדער מענטש דארף זיך אויפבויען אין זיין נפש א אמת’דיגער בנין פון עבודת ה’, און נאכדעם וואס ער האט א ריכטיגער בנין, איז זיין עיקר עבודה מתקן זיין די זינד וואס וועגן דעם איז ער ווידער אראפגעקומען אין עוה”ז. אבער קודם מוז זיין א ריכטיגער בנין א געגאסענעם בנין פון עבודת ה’, וואס איז קלאר און גאנץ.

אמאל מאכט זיך א מענטש וואס ער האט פוגם געווען בגילגול הקודם, און איז עס מתקן אין א פאר מינוט. איז די אנדערע מינוטן, טעג שעה’ן פון זיין לעבן אומזיסט? ניין און ניין! נאר עס זאל אונז קלאר ווערן אז א מענטש דארף זיך בויען זיין נפש פון אנהייב ביזן סוף, און צודעם דארף ער לייגן א ספעציעלע דגש אויף די זינד וואס ער איז וועגן דעם נאכאמאל דא אויף די וועלט. קומט אויס אז די עבודה וועגן יענע זינד איז נישט דער עיקר עבודה אגאנצע צייט, נאר עס איז דא א כללית’דיגע סיבה פאר אלע נבראים פארוואס זיי זענען אראפגעקומען דא אין עוה”ז.

ערשטנס דארף מען וויסן וואס איז טאקע די סיבה?! און ווען די סיבה וועט זיין קלאר דארף די סיבה שטיין פאר דיינע אויגן אין דיין מוח יעדע רגע און יעדע שעה. וויבאלד יעדע מינוט וואס דו לעבסט האט א געוויסע סיבה, ממילא דארף די סיבה דיר לערנען כסדר. און לעבן מיט די סיבה טאגטעגלאך, און ממש יעדן מינוט ווי עס שטייט ‘לרגעים תבחננו’. קומט אויס אז די ידיעה פון די סיבה איז נישט סתם א ידיעה, נאר דיין אויפירונג א גאנצן לעבן דארף שטימען מיט אט די סיבה. און דערפאר דארפסטו יעדע מינוט ממש צופאסטן צו די סיבה דיינע מחשבות און געפיהלן, און דיינע מעשים פון יעדע מינוט זאלן האבן א קשר צו די סיבה.

און ווען דער מענטש וועהט וויסן די סיבה פון זיין לעבן, וועט ער אויך פארשטיין אז דער פרטית’דיגער תיקון איז א חלק פון די וויכטיגע סיבה הכללית וואס וועגן דעם איז ער דא אויף די וועלט.

ה
א משל צו דעם ענין
לאמיר פארשטיין מיט א משל: א סטאלער נעמט זיין זעג אין איין האנט, און א שטיק האלץ אין די צווייטע האנט, און ער הייבט אן צו זעגן, אויב בשעת ער זעגט איז זיין קאפ פארזונקען אין אנדערע ענינים, און זיין מחשבה און מוח איז נישט ביי די ארבעט, קען זייער גרינג זיין אז עס וועט נישט געשניטן ווערן ריכטיג, אדער די האלץ וועט אראפפאלן, אדער ח”ו ער קען זיך צושניידן זיין האנט. און דאס איז דערפאר אז אפי’ ווען ער האט געוואלט גיין זעגן איז אים טאקע געווען קלאר וואס ער דארף זעגן, אבער אינמיטן זעגן איז ער פארקראכן מיט זיינע מחשבות אין א אנדער ענין.

די זעלבע איז דער נמשל: חז”ל זאגן אז א דיין זאל זען כאלו א שארפער שווערד שטייט ביי זיינע פיס, און ר’ ישראל סלנט זצ”ל זאגט, אז יעדער מענטש איז א דיין פאר זיך, און די עבודה פון מענטש איז ממש פונקט ווי דער סטאלער, אז אויב עס איז דא היסח הדעת פון די סיבה און תכלית פון דעם לעבן, איז א מענטש אין א סכנה יעדע מינוט. און דערפאר ווען א מענטש איז זיך מברר די סיבה פון זיין תכלית אין לעבן, דארף ער טראכטן טאג טעגליך וועגן דעם, יעדן שעה און יעדן מינוט. די ידיעה פון דעם תכלית פון לעבן איז נישט עפעס א ידיעה וואס א מענטש הערט אמאל, שרייבט עס אראפ, לייגט עס אוועק באהאלטן אין זיינע אוצרות, און פון פסח ביז פסח שאקלט ער עס אפ פון שטויב. נאר די ידיעה דארף זיין דער אטעם פון זיין לעבן יעדע מינוט, א ידיעה וואס אלע חושים לעבן עס, און דער גאנצער מהות שטימט דערמיט.

ו
א מענטש זאל זיין באהאפטן צו די ידיעה וועגן זיין תכלית
וואס איז באמת דער תכלית פון מענטש אין דער וועלט? דער תכלית איז באוואוסט און נישט באוואוסט, אביסל געהערט אביסל געליינט וכו’ וכו’, אבער אין אמת’ן איז עס כאילו ער ווייס נישט, ווייל טאמער וואלט ער געוואוסט מיטן גאנצן קלארקייט, און געוואלט וויסן די גאנצע קלארקייט פון דער זאך, וואלט ער געווארן צוגעקלעפט צו דעם, און דער גאנצער לעבן וואלט אנדערש געווען.

אויב דער מענטש וואלט געגעבן דעם גאנצן וואגשאל פון זיין נפש, מיט די גאנצע ערנסטקייט, צו די ידיעה, און דער מדת האמת וואלט אין אים געברענט, וואלט ער גענומען א פאפיר מיט א פען, און זיך אפגעשריבן דער תכלית פון לעבן, און דער פאפיר וואלט ער געלייגט אין זיין קעשענע, און איינמאל א ¼ שעה בערך, וואלט ער עס ארויסענומען פון זיין טאש, צו זיך דערמענען אז ער זאל עס נישט פארגעסן, נאר לעבן יעדן מינוט מיט דעם דאזיגן תכלית.

ז
וואס הייסט א גאנצער מענטש
און וואס איז שוין באמת דער תכלית פון לעבן? דער ‘מסילת ישרים’ שרייבט ‘אז דער אמת’ר שלימות איז נאר צו זיין דבוק אין השי”ת’. ווי דוד המלך ע”ה זאגט ואני קרבת אלקים לי טוב וכו’, דאס מיינט צו זאגן, אויב א מענטש וויל וויסן וואס איז א אדם השלם, און וואס האט דוד המלך פארשטאנען אז עס הייסט גוט, און אויב פאר אים איז עס גוט, איז עס פאר יעדן איינציגן פון אונז אויך גוט. ואני, פאר מיר, איז נאר גוט קרבת ה’, נאנטקייט צו דעם אויבערשטן.

קיינער איז נישט אינטרעסירט אין א צובראכן טיש אדער א צובראכן בענקל, קיינער איז נישט אינטרעסירט צו שלאפן אויף א צובראכן בעט, ק”ו בן בנו של ק”ו אז קיין מענטש וויל נישט זיין א צובראכענער מענטש, נאר א אדם השלם (יש בחינה של לב נשבר ואכמ”ל).

וואס מיינט א גאנצער איד? וואס פעלט אים נישט קיין הענט אדער א פוס? דאס איז א דרויסנדיגע שלימות, א גופנית’דיגע שלימות, אבער דער אמת’ר שלימות דער נפשית’דיגער שלימות דער פנימית’דיגער שלימות, איז א גענצליכע נאנטקייט צו השי”ת. ווי דער רמח”ל זאגט, אז דער אמת’ער שלימות פון יעדן יחיד און יחיד אן יוצא מן הכלל איז דער דביקות אין השי”ת, זיך צו באהעפטן צו השי”ת. און ווי עס שטייט דארט ווייטער, אז אויסער דעם תכלית, אלעס וואס מענטשן מיינען אז עס איז גוט, איז א נארישקייט, פאלש און א טעות.

דאס אלעס וואס א מענטש האט באמת אין זיין גאנצן לעבן קירבת ה’ און דביקות בה’.

דער גאנצער מהות פון איד איז צו זיין נאנט און דבוק באהאפטן צו ה’, און נישט נאר אין עוה”ב איז דער תכלית צו זיין איינס מיט אים כביכול, נאר אויך דא אין עולם הזה איז די ארבעט און תכלית פון דעם מענטש, צו זיין באהאפטן צו השי”ת. יעדע מינוט וואס אמענטש איז נישט דבוק אין השי”ת, אין די מינוט איז ער נישט א שלימות פון א מענטש, עס פעלט אים דער אמת’ר שלימות, וואס דאס איז דביקות בו ית’.

ח
חזר’ן יעדן פערטל שעה
א אמת’ר מענטש וואס הערט די זאכן, און דאס זיך גענומען צום הארצן, דארף ער נעמען די ווערטער פון רמח”ל, שרייבן אויף א פאפיר, לייגן אין זיין טאש, און איינמאל אין ¼ שעה (כדאי די דאזיגע ווערטער זאלן זיין פאר זיינע אויגן יעדע צייט ממש) און זיך גוט מתבונן זיין דערין, און געדענקט זיך צו דערמאנען נאכאמל אן נאכאמאל וואס איז די סיבה וואס וועגן דעם לעב איך דא?!! וואס איז דער תכלית פון מיין לעבן?!! “דביקות באהעפטן זיך אין השי”ת” ! ער ליינט עס נאכאמאל און נאכאמאל, ביז די ווערטער וועלן שטיין פאר זיינע אויגן אן צו דארפן אריינקוקן אין פאפיר, נאר עס וועט שוין זיין איינגעווארצלט א הכרה אין זיין נפש, א קלארקייט אין דעם תכלית פון לעבן, און שטענדיק זוכן ווי דאס צו אויספירן.

ט
מצוות מיינט צותא, צוזאמען מיט השי”ת
וויפל מאל אין טאג וואס א מענטש געדענקט זיין תכלית, דאס איז די שעה’ן וואס ער לעבט באמת. (אויסער די צייט פון עסק התורה ווי עס וועט ווערן שפעטער געברענגט בעז”ה) די איבעריגע צייט וואס ער איז עוסק אין אנדערע זאכן, אן געדענקען השי”ת, איז עס געגליכן ווי טויט, און אמענטש דארף אזוי ווי תחית המתים פונדאסניי יעדע שעה און יעדע מינוט, זיך דערמאנען פארוואס לעב איך, און וואס איז מיין תכלית. אויך ווען מען איז מקיים די מצות איז מלשון צוותא, ווי עס שטייט אין די ספרים, ווייל דער תכלית פון די מצות איז צו זיין צוזאמען מיט השי”ת (צוות לבורא) צו זיין נאנט און באהאפטן. און אן דעם, פעלט דער עיקר פנימיות און מהות פון די מצוה. און עס איז ווי א גוף אן א נשמה.

“קוב”ה ואורייתא וישראל חד הוא”. דאס מיינט צו זאגן, די תורה איר לערנען, איר מקיים זיין, דארף זיין אין א מהלך (וועג) פון “חד”, “איינס”. אין א מהלך וואס א איד איז דבוק אין תורה און אין בורא, און דאס איז דער תכלית דביקות בתורה ובהקב”ה.

י
וועלן זיין צוגעבונדן צו השי”ת מיט אלע סטורנעס פון הארץ
“קרבת אלקים לי טוב” דאס איז נישט עפעס א גוט ווארט, עפעס א שיינער ענין. נאר עס איז דער מציאות פון לעבן, דאס איז נישט עפעס א ענין וואס איז שייך נאר פאר א יום טוב, פסח, שבועות, אדער סוכות. נאר דאס איז א ענין פון יעדע מינוט און מינוט פון די לעבנס טעג פון א מענטש ממש, שס”ה טעג אין יאר כ”ד שעות אין טאג. (די וואס זענען זוכה צו זיין דבוק אפילו אין שלאף) און 60 מינוט אין א שעה.

דאס איז דער גאנצער מציאות פון מענטש, צו זיין נאנט און באהאפטן, קרבת אלקים – נאר דאס איז גוט, אבער נאר דאס. און אודאי כדי צו קענען לעבן אין אזא וועג, דארף מען א קלארקייט ווי אזוי קומט מען טאקע אן צו זיין דבוק אין ה’ יעדע מינוט ממש. אבער נאך פאר מיר ווילן ערקלערן די וועג צו דעם, דארף נאכאמאל דעם מענטש זיין קלאר מיט א גענצליכע קלארקייט, וואס לאזט נישט איבער קיין שום ספק, וואס איז זיין תכלית פון לעבן עס זאל אים זיין קלאר אז דער תכלית פון לעבן, איז צו זיין נאנט און דבוק באהאפטן צו השי”ת יעדע מינוט ממש, א אינווייניגסטע צוגעבונדנקייט מיט אלע אדערן, און רמח אברים, און אלע חלקים פון זיין נפש ממש. פאר מיר הייבן אן צו זוכן און ערקלערן דעם וועג צו דעם, מוז מען ערשטנ’ס א קלארע החלטה וואספארא וועג ווילן מיר זוכן, וואו ווילן מיר די וועג זאל אונז ברענגען. דערפאר איז זייער פארשטענדליך אז מען דארף זיין קלאר מיט זיך בתכלית, אז דער וועג וואס מיר זוכן איז קרבת אלקים, דאס איז די נקודה וואס יעדער איינער פון אונז דארף זיך קלאר מאכן אין הארץ, ביז ער וועט שפירן אין נפש ממש אז די נקודה פון דעם תכלית פון לעבן, איז ביי אים קלאר אן קיין שום ספק.

און ווען א מענטש הייבט אן צו טראכטן וועגן דעם ענין פון תכלית פון “קרבת ה’ לי טוב”, זעט זיך אויס אין זיין מחשבה, אז כדי צו זיין דבוק און באהאפטן אין השי”ת, דארף מען זיין אפגעשיידט (פרוש) אזוי ווי משה רבנו ע”ה, און זיך אפהאקן פון אלע עניני עולם הזה א גענצליכע אפשיידונג. אבער די מחשבה איז פון יצה”ר וואס ער וויל דערווייטערן דעם מענטש פון דעם אמת און פון השי”ת, און דערפאר פראבירט ער צו פארשטעלן קרבת ה’ אין שווארצע פארבן, און איינרעדן כאילו דאס איז נאר א וועג פאר יחידי סגולה, אבער א מענטש אזוי ווי אים איז בכלל נישט דא וועגן וואס צו רעדן פון דעם.

אבער באמת האט דער רמח”ל בפירוש געשריבן פארקערט, אין מסילת ישרים האט ער מייסד געווען דעם ספר לויט די ברייתא פון ר’ פנחס בן יאיר, וואס הייבט זיך אן פון די נידריגסטע דרגה, תורה מביא לידי זהירות וכו’ – ביז רוח הקודש און תחית המתים, און אין סוף פון זיין ספר, נאכדעם וואס ער לערנט דעם מענטש ביז די דערהויבנסטע מדרגות, שרייבט ער בזה הלשון “און דו מיין טייערער ליינער, דו ווייסט דאך אזוי ווי איך אז איך האב נישט אלעס געקענט אראפשרייבן אלע חוקי החסידות וכו’ און עס איז פשוט צו פארשטיין ווייל יעדער מענטש לויט די פאך וואס ער האט אין די האנט און לויט די זאכן וואס ער איז באשעפטיגט יעדער לויט זיין אופן דארף זיין גלייכע הדרכה, ווייל דער דרך פון חסידות וואס פאסט פאר איינעם וואס זיצט און לערנט, איז נישט די זעלבע דרך חסידות פון איינעם וואס פארדינגט זיך צו ארבעטן ביי א בעל הבית, און נישט דאס איז דרך החסידות וואס איז פאסיג פאר איינעם וואס ארבעט אין מסחר, און אזוי ווייטער מיט אלע פרטים יעדער איינער ביי וואס ער האלט, האט זיך זיינע וועגן אין מדת החסידות, נישט ווייל די חסידות ענדערט זיך, ווייל דאס איז פאסיג פאר יעדן אידיש קינד, וויבאלד דאס איז אלעס נאר צוטאן עפעס וואס ברענגט א נחת רוח פארן באשעפער, אבער וויבאלד די באשעפטיגונגען זענען אנדערש, מוז זיין אז די מיטלען וואס ברענגען צום תכלית איז ביי יעדן אנדערש, יעדער לויט זיין מצב. אזוי אז עס קען אויסקומען אז א מענטש זאל זיין א געהויבענער איד א חסיד גמור וואס ער איז א פשוט’ער בעל מלאכה (דאס מיינט אז נישט ווייל ער פוילט זיך צו זיצן און לערנען ארבעט ער, און פארשטייט זיך אז דאס ריכטיג צו מעסטן דארף מען א רוהיגן שיקול דעת פון א צדיק, כדי ער זאל נישט זיין חלילה אין כלל פון די עוזבי התורה) און דער פשוטער בעל מלאכה איז אזוי חשוב ווי איינער וואס הערט נישט אויף צו לערנען.”

פארשטייען מיר פון זיינע ווערטער, אז איינער קען זיין א חסיד דבוק אין השי”ת ביז אנצוקומען צו רוח הקודש און תחיית המתים, און עס איז גאר קיין נפקא מינה מיט וואס ער באשעפטיגט זיך, צו תורה אדער מלאכה, דאס אלעס איז נאר אויב זיינע אלע מעשים זענען לשם שמים אויף א אמת, און ער איז עוסק אין תורה לויט זיינע כחות און זיין צייט, און זיין גאנצן ארבעטן אויף פרנסה איז נאר א “מוז”, און דאס איז אויך נאר לשם שמים. יעדן פאלס האבן מיר געלערנט אז יעדער מענטש קען זיין דבוק באהאפטן צו השי”ת, און נישט מען זאל טראכטן אז עס איז נאר פאר יחידים וואס זענען אינגאנצן אפגעשיידט פון אלע וועלטליכע זאכן.

לערנען מיר אויב אזוי ארויס, אז א מענטש מוז זיין קלאר ביי זיך, דורך און דורך אז דער תכלית פון לעבן איז קרבת ה’, און נאכדעם זאל ער זיין אויך זיכער אז אלעס וואס מיר האבן יעצט געלערנט, מיינט מען טאקע אים אליין, און ער איז טאקע מסוגל צו דעם אודאי בלי שום ספק.

יא
א משל צו דעם ענין
פאר מיר האבן קלאר געמאכט וואס איז דער מענטש מחויב דערגרייכן אין תכלית פון זיין לעבן, האבן מיר מקדים געווען אז אין די מינוט וואס איז קלאר ערקלערט געווארן וואס זיין חוב און תכלית איז, ליגט אויף אים עס צו געדענקען במשך דעם גאנצן טאג. און זיך אויפשרייבן פאר זיך דעם תכלית, און איינמאל אין א ¼ שעה בערך ארויסנעמען פון זיין טאש און עס ליינען, כדי עס זאל שטיין פאר זיינע אויגן אלע זיינע טעג. און יעצט אז עס איז אונז שוין קלאר און זיכער אז דער תכלית איז קרבת ה’ דביקות בה’, זאל ער אויפשרייבן אויף א שטיקל פאפיר: מיין תכלית איז צו זיין נאנט צו השי”ת. און פראבירן צוטראכטן פון דעם, און געדענקען א גאנצן טאג כנ”ל.

די ידיעה איז נישט עפעס א שיינע ידיעה, נאר א ידיעה פון חיות פון מענטש, דאס איז זיין לעבן. ווי למשל, א מענטש קריכט ארויף א בוים און זעצט זיך אויף איינע פון די צווייגן, פלוצלונג צוברעכט זיך דער צווייג און פאלט אראפ, און דער מענטש כאפט זיך גלייך אן אין דעם שטאם פון בוים, און דער מענטש שפירט אז ער מוז זיך זייער שטארק אנכאפן א גאנצע צייט אין שטאם, אויב נישט קען אראפפאלן פון דער הויך פון בוים און שטארבן ח”ו, קומט אויס אז די ידיעה אז ער מוז זיך אנכאפן אין בוים איז נישט סתם א ידיעה, נאר דער מענטש שפירט און פארשטייט אז די ידיעה אז ער דארף זיך אנכאפן, אין דעם איז תלוי זיין גאנצער חיות, און אויב ער וועט א מינוט פארגעסן דערפון וועט ער נאכלאזן דעם אנכאפן זיך, און עס וועט זיין מסוכן זיין לעבן.

יב
דער נמשל
די זעלבע איז דער נמשל, א מענטש מוז פארשטיין אז זיין גאנצן חיות איז אפהענגיג אין דעם, אז אנקעגן זיינע אויגן זאל שטיין פאר אים די זאך אז דער תכלית פון זיין לעבן איז צו זיין דבוק לבורא עולם, און נישט סתם אזוי וויסן, נאר שפירן און פארשטיין אז זיין גאנצן לעבן ווענדעט זיך אין דעם. און טאמער פארגעסט ער, איז ער אין א סכנה. נאך פאר ער ווייס וואס איז די וועגן צו צוקומען צו דביקות ה’ און קרבת ה’, מוז קודם זיין קלאר אז דאס מוז זיין זיין גאנצער חיות, און זיין לעבן ווענט זיך אין דעם, אז דער תכלית איז קירבת ודביקות ה’.

יג
דער עיקר טעם און חיות אין לעבן איז קרבת ה’
“עץ חיים” ווערט עס אנגערופן (אזוי שרייבט דער רמח”ל) אזוי ווי עס שטייט ‘ואתם הדבקים בה’ אלקיכם חיים כולכם היום’. דער מציאות פון לעבן איז: ואתם הדבקים בה’ וגו’, דאס הייסט גילעבט, ווען א מענטש איז נישט צוגעבונדן צו זיין באשעפער, אויף א ענדליכע בחינה מיינען חז”ל: “רשעים בחייהם קרויים מתים”. און דאס איז ווייל אפילו זיי האבן א דרויסנדיגע חיות, זייער גוף לעבט, אבער עס פעלט זיי דער עיקר חיות פון א איד וואס דאס איז דביקות בה’. און וויבאלד עס פעלט זיי דעם דביקות אין ה’, זענען זיי אין א גדר פון מתים. ווען עס איז דא דער ‘הדבקים בה”, איז דא ‘חיים’, און ווען דער אתם הדבקים איז נישטא, איז דער לעבן אויך נישט קיין לעבן.

יד
אן דעם איז אלעס פאלש
לאמיר זיך גוט מתבונן זיין אין דעם, און אריינברענגען, אריינווארצלען, טיף, טיף, אין אונזער הארץ, אז אונז זענען עוסק יעצט אין דעם גאנצן מהות פון מענטש און זיין גאנצער תכלית, וואס איז איין זאך: ואתם הדבקים בה’ אלקיכם חיים כולכם היום. און דאס איז זיין גאנצער מהות. ווי דער רמח”ל זאגט “ואני קרבת אלקים לי טוב” און אויסער דעם, אלעס וואס מענטשן מיינען און רעכענען פאר גוטס, איז הבל און פאלש און א טעות. לאמיר זיך דאס איינחזר’ן אז עס איז באמת נישטא קיין אנדער זאך אין לעבן ווי קרבת ה’ און דביקות בה’. און די גאנצע תרי”ג מצות איז נאר א עצה א וועג אנצוקומען צו דעם תכלית. אודאי דארף מען נאך לערנען ווי אזוי אריינצוברענגען די זאכן אז די הארץ זאל עס וועלן, פונדעסוועגן וועלן מיר קודם קלאר מאכן אין אונזער שכל א פעסטע קלארקייט אז דאס איז אונזער גאנצער תכלית פון לעבן, צוקומען צו קרבת ה’ און דביקות בה’, און אויסער דעם איז אלעס נישט און נישט. און אלע מעשים פון דעם מענטש סיי גשמיות’דיגע סיי רוחניות’דיגע, זענען נאר א כלי, א מיטל, דערנענטערן דעם מענטש צו זיין צוגעבונדן און באהאפטן צו השי”ת, און דער שטארקסטער כלי און מיטל דערצו איז די תוה”ק.

טו
אנטוויקלען אין זיך א שטארקן חשק עס צו דערגרייכן
קומט אויס פון די אלע אויבנדערמאנטע דיבורים, אז דער מענטש מוז זיך איינקויפן א שטארקע שטרעבונג צו זיין צוגעבונדן צו השי”ת יעדע מינוט און מינוט אין זיין לעבן, און ער זאל עס וועלן אויף א אמת.

און דאן ווען דער מענטש האט א קלארע שטרעבונג צו דעם, ערשט דאן קען א מענטש אנהייבן זוכן די וועג ווי אזוי קומט מען אן צו אזא סארט לעבן צו זיין צוגעבונדן צו השי”ת יעדע מינוט און מינוט ממש. אבער עס מוז זיין אז דער מענטש זאל האבן אזא קלארע שטארקע הכרה אז דאס איז זיין תפקיד אין לעבן, און א מורא’דיגע שטארקע שטרעבונג דאס צו דערגרייכן.

וואס שטארקער זיין שאיפה וועט זיין צו לעבן מיט דביקות בה’ יעדע מינוט, אלס מער וועט ער האבן דעם כח און עס וועט אים זיין גרינגער צו הארווען אויף דעם, און צו פאטרייבן אלע שטערונגען וואס לאזן נישט דעם מענטש אנקומען צו דעם צו זיין באהאפטן צו השי”ת. און אויך פארקערט, ווי שוואכער די שטרעבונג איז צו דעם, קען יעדע קליינע שטערונג פארמיידן דעם מענטש צו משיג זיין דעם זיסן ליכטיגן טעם פון דביקות בהשי”ת.

טז
תרי”ג מצוות זענען נאר עצות, צו וואס?
עס איז דא א באוואוסטער ווערטל, אז “פון רוב בוימער זעט מען נישט דעם וואלד”. און יעדע זאך אין די בריאה איז געמאכט געווארן צו רוחניות’דיגע באדערפענישן, אונז וועלן ניצן דעם ווארט פאר אונזער ענין, צו פארשטיין און ערקלערן, וואס מיינט א לעבן פון דביקות.

עס איז דא תרי”ג מצות, און דער עיקר איז ת”ת, ווי עס שטייט “תלמוד תורה כנגד כולם”, און די תרי”ג מצות זענען נאר ווארצלען, די פרטים פון יעדע מצוה איז זייער פיל. און עס איז באוואוסט אז דער זה”ק זאגט אז די מצוות זענען תרי”ג עצות. עצות צו וואס? וועגן וואס? עצות ווי אזוי אנצוקומען צו זיך באהעפטן צו השי”ת.

דאס מיינט צו זאגן, אז דער גאנצער מהות פון די מצות איז נישט א זאך פאר זיך אליין, נאר א מפה א מראה מקום ווי אזוי צוצוקומען צו דביקות. אויב אזוי איז יעדע מצוה צאמגעשטעלט פון 2 חלקים. א) חלק המעשה אדער דיבור וכדו’. ב) און צודערצו דער חלק וואס איז דער תכלית פון די מצוה, צו ברענגען דעם מענטשן נענטער צו השי”ת. קומט אויס אויב אזוי, אז מצד דעם חלק פון די מעשה פון די מצות, איז עס זייער פיל, און דאס זענען ווי דער משל פון די פיל בוימער אין וואלד, (דרך אגב עץ און עצה האט איין שורש, און עס איז זייער אטיפער ענין ואכמ”ל) אבער מצד די פנימיות פון די זאך, מצד דעם תכלית פון די זאך, האבן אלע מצות איין כוונה, איין תכלית, קירבת ה’ און דביקות בה’.

יז
א פארווייטיגטע שאלה
לאמיר זיך מתבונן זיין אין איין מצוה: עטיפת טלית. א מענטש שטייט אויף אינדערפרי, גייט אין שוהל, נעמט זיך ארום מיטן טלית, ער איז דאם יעצט מקיים א מצות עשה דאורייתא. וואספארא מחשבה האט דער מענטש בשעת די מצוה? אינדער אמת’ן איז די ערשטע שאלה נישט וואס ער טראכט, נאר צו ער טראכט בכלל, אדער אפשר טוט ער עס אן קיין שום מחשבה. (א טיפע מחשבה וועגן די מצוה, מען מיינט נישט א מחשבה פון די מעשה אליין, דאס איז דאך זיכער דא) לאמיר רעדן וועגן איינעם וואס טראכט יא, יעצט לאמיר זיך מתבונן זיין וואס טראכט ער בשעת’ן ארומנעמען זיך מיטן טלית. איז זיין מחשבה אריכטיגע? לכאורה דארף זיין מחשבה זיין אזוי: אזוי ווי א מצוה דארף האבן כונה, קומט אויס אז בשעת עטיפת הטלית דארף ער מכוון זיין אז ער איז מקיים א מצוה עשה דאורייתא. און וויבאלד אז דער זוהר שרייבט דאך אז די תרי”ג מצות זענען תרי”ג עצות ווי אזוי צו זוכה זיין צו קרבת ה’, אויב אזוי וויבאלד דער מענטש איז מקיים עטיפת הטלית יעדן טאג, וואך נאך וואך, יארן נאך יארן, ווי קען דען זיין אז ער שפירט נישט אלס מער נענטער און נענטער צו השי”ת, וואס האט געדארפט זיך אנטוויקלען פון אזויפיל מאל מקיים זיין די מצוה פון עטיפת טלית? די דברי הזוהר איז דאך אמת און מציאות’דיג, וואלט דאך געמוזט זיין אז יעדער מענטש ווען ער איז מכוון צו טוהן די מצוה אז ער איז יעצט מקיים א מצות עשה דאורייתא, וואלט געדארפט יעדן טאג שפירן מער און מער אין זיין הארץ א נאנטקייט, א אהבה, א קירבת ה’? פארוואס זעהען מיר אז נישט אסאך האבן זוכה געווען דורך עטיפת טלית טאג טעגליך צו קרבת ה’, אמונה חושית, מרגיש זיין שטארק דעם אויבערשטן?

איז דאך א סימן און עס מוז זיין אז עס פעלט אין דעם ריכטיגן קיום פון די פנימיות פון די מצוה. און מיר מוזן בודק זיין וואס פעלט דא אין די עטיפת טלית, אז עס זעט זיך נישט אן דעם תכלית פון די מצוה אויף אסאך גוטע אידן.

יח
בלבבי משכן אבנה
מיר האבן נאר גענומען א ביישפיל פון עטיפת טלית, מיר לערנען דאך תורה און מען איז מקיים טאג טעגליך א געוואלד פון מצוות, וואס איז די עיקר נקודה און סיבה וואס פארמיידט פון אונז צו מרגיש זיין אז די מצוות זענען טאקע עצות וואס ברענגט קרבת ה’, אפשר ווייל מיר האבן נאר די חיצוניות פון די תורה און מצוות, אבער דער פנימיות פון די מצוות וואס דאס איז דער תכלית קרבת ה’ פעלט ביי אסאך טייערע אידישע קינדער. אויב אזוי דארפן מיר לערנען קלאר ווי אזוי, אויף וועלכע אופן, וואס איז די וועג פון לימוד התורה און קיום המצוות, זוכה זיין דורך זיי צו קרבת ה’ מוחשית. “בלבבי משכן אבנה” “אין מיין הארץ, בוי איך א פלאץ אז די שכינה זאל דארט רוהען” דאס איז דער אמת’ר תפקיד פון יעדן איד, אז די מצוות זאל אים ברענגען צו א מצב, אז השי”ת זאל זיין ביי אים אין הארצן. השי”ת זאל רוען אין זיין הארץ, און ער זאל דאס ממש שפירן.

יט
מקיים זיין מצוות מיט הארץ, נישט אויבערפלעכליך
וואס מען דארף יעצט קלאר מאכן איז, ווי אזוי איז א מענטש ממשיך צו לערנען תורה און מקיים זיין די מצות מיט אלע כחות, אז צוזאמען מיט דעם זאל עס זיין א וועג צו א קלארער געפיהל פון קירבת אלקים. לאמיר זוכן א וועג ווי אזוי דער מענטש דערנענטערט זיך צו זיין באשעפער, און ווי אזוי די מעשים וואס ער טוט ביז יעצט זאל זיין ריינער און אינערליכער [יותר פנימי], עס זאל אים ברענגען צו א אמת’ע קרבת ה’. (פארזוכן א אמת’ע קירבת אלקים וואס איז מעין עולם הבא ממש, א ליכטגע זיסע נאנטקייט צו אונזער טאטן, וואס איז נעימות ה’, מתיקות זכרו יתברך). און אלעס ליגט אין די ווערטער פון מסילת ישרים, אז עס איז דא משמוש ופשפוש אין די מעשים. עס זענען דא מעשים וואס מען דארף פון זיי זיך דער ווייטערן, און עס איז דא מעשים וואס מען דארף טאקע ממשיך זיין צו מאכן די זעלבע מעשים וואס איך האב ביז יעצט געטאן, אבער מיט א טיפערע און אמת’דיגערע כונה.

כ
נישט לעבן א טויטן לעבן
לאמיר מאכן א סך הכל פון אונזערע ווערטער וואס מיר האבן ביז יעצט געשריבן. דער תכלית פון איד איז צו זיין דבוק אין השי”ת. וואס איז דער דביקות בה’? שפירן השי”ת אין הארצן (מיר וועלן נאך אי”ה ערקלערן ווייטער). וויפל צייט אין טאג דארף דער מענטש זיין נאנט צו השי”ת? יעדן טאג און טאג און יעדע שעה. (חוץ די צייט ווען ער איז פארטיפט אין לימוד התורה ווי עס ווערט געברענגט אין ספר נפש החיים און עס וועט ווערן שפעטער ערקלערט). א מענטש דארף שפירן אזוי ווי ער קען זיך נישט אפשיידן פון די לופט צום אטעם, כדי ער זאל נישט שטארבן ח”ו, די זעלבע זאך איז די עבודה פון מענטש צו שפירן אז זיין גאנצן חיות איז קירבת אלקים, און אן דעם איז ער בבחינת מיתה.

אויך האבן מיר אויבן דערמאנט, אז אונזער פליסט איז מברר זיין די סיבה פארוואס די לימוד התורה וואס מען איז עוסק אזוי פיל, און דעם און די הונדערטער מצות וואס מיר אידן זענען מקיים, פארוואס ענטוויקלט זיך נישט אין אונז, די פשוט’ע הרגשה פון קירבת אלקים, וואס פעלט לכאורה אין אונזער לימוד התורה און אונזער קיום המצוות וואס איז נישט מוליד אין אונזער הארץ א קרבת ה’ חושית, שפירן דעם באשעפער.

כא
וואס מיינט נאנט
לאמיר אנהייבן פארברייטערן די השגה פון קירבת ה’.

ווער איז דאס דער באשעפער? האט אים עמעצער געזען אמאל? עס איז דאך דא א בפרוש’ער פסוק “כי לא יראני האדם וחי”! אפילו אויף כבודו יתברך וואס משה רבנו האט געבעטן (“הראני נא את כבודך”) האט אים ה’ געענטפערט “אחורי יראו ופני לא יראו”, אבער דעם בורא בעצם קען מען נישט זען, און דאס איז פשוט און קלאר.

ווען אונז רעדן פון קרבת אלקים, אין די בחינה פון “ואני קרבת אלקים לי טוב”. וואס איז די כוונה צו זיין נאנט צום בורא? וואס הייסט משיג זיין נאנטקייט צו השי”ת? באוואוסט דברי חז”ל “לית אתר פנוי מיניה”, נישטא קיין איין פינטל פלאץ וואס איז נישט אנגעפילט מיט השי”ת. דאס מיינט צו זאגן, השי”ת געפינט זיך אין יעדן פלאץ ממש. אויב מיר וועלן פארשטיין אין א א גשמיות’דיגע נאנטקייט, אזוי ווי צום ביישפיל דער טיש וואס איז נאנט צום בענקל, אויב אזוי לויט דעם זענען מיר דאך אלע נאנט צום בורא, ווייל אין יעדן פלאץ אוואו מיר געפינען זיך איז דאך השי”ת מיט אונז. זענען מיר לויט דעם אלמאל נאנט צו ה’. איז וואס איז דער גאנצער ענין צו הארעווען א גאנצן לעבן משיג זיין קירבת ה’, אין די מינוט וואס א מענטש ווערט געבארן, איז ער גלייך נאנט צו ה’, איז וואס איז טאקע די עבודה פון מענטש כל ימי חייו?

אבער עס איז פארשטענדליך פאר יעדן, אז נישט דאס הייסט דער מושג קרבת ה’. איך זיץ לעבן טיש, בין איך נאנט צו דעם טיש, איך זיץ אויפן בענקל, בין איך נאנט צום בענקל, די סארט קרבה הייסט נישט קירבת ה’.

כב
ווי טייער איז דאס קרבת אלקים

די השגה פון קרבת אלקים איז גאר א אנדער זאך. אויב עס איז אונז שוין קלאר אז דאס איז דער גאנצער תכלית די נאנטקייט צו ה’, ליגט אויף אונז א חוב צו מברר זיין וואס מיינט זיין נאנט צום בורא, פון וואספארא סארט קרבה רעט מען דא. כל זמן אז עס איז נישט קלאר וואס איז דער מהות פון קרבת ה’, וואס פאראסארט קרבה רעט זיך דא, ווי אזוי וועט א מענטש וויסן די וועג צו טרעפן די וויכטיגע ריכטיגע קרבת ה’. אויב דער צווועק פון זיין לעבן וואס איז קרבת ה’ איז אים נישט קלאר, איז פארשטענדליך אז די וועג דאס צודערגרייכן וועט אים אויך נישט זיין קלאר.

און נאר פאר דעם אליין, די נקודה נאר דאס צו פארשטיין, וואלט א מענטש געדארפט זיין גרייט צו צאלן מליאנען, זיין גאנצן פארמעגן, דאס צו פארשטיין. ווייל אויב עס איז אים נישט קלאר וואס איז קרבת ה’, ווייסט ער דאך נישט צו וואס ער לעבט, און ער ווייסט נישט וואס ער וויל פארדינען און דערגרייכן אין זיין לעבן, און וואס האט ער שוין בכלל פון זיין לעבן, אויב ער ווייסט נישט א) וואס איז דער לעבן ב) וואס איז דער תכלית ג) און וואס איז זיין ארבעט במשך זיינע לעבנס טעג. צודען קען מען זוכה זיין צו קרבת ה’ ווען מען ווייסט גאר נישט וואס דאס מיינט? צו איז עס דען א זאך וואס קומט פון זיך אליין, וואס מען דארף נישט וויסן וואס דאס איז? און די וועג דאס צו דערגרייכן? איז ווידער אמאל די ערשטע ארבעט פון מענטש נאכדעם וואס ער איז קלאר אז דאס איז דער תכלית, דארף ער יעצט מברר זיין וואס איז דער אמת’ר מהותאון השגה וואס ווערט אנגערופן קרבת ה’, און נאכדעם וואס דער מענטש וועט וויסן פונקטליך וואו ער וויל אנקומען, דאן דארף ער לערנען ווי אזוי קומט מען טאקע אן דארטן.

לאמיר נעמען א משל: א מענטש פארט פון ירושלים צו בני-ברק, אויב ער ווייסט נישט זיכער אז ער וויל אנקומען אין בני-ברק, צודען וועט ער וויסן די וועג וואס ער דארף פארן? עס האט נישט קיין זין צו פראבירן זוכן די וועג, ווייל אפשר איז ער בכלל נישט אינטרעסירט אנצוקומען אין בני-ברק נאר אפשר אין צפת, דארף ער זיך נאכפרעגן ווי אזוי מען קומט אן אין צפת. די זעלבע דארפן מיר וויסן וואו ווילן מיר אנקומען, און דאן זוכן אלע עצות און וועגן ווי אזוי אנקומען צום ציל.

אויב וועלן מענטשן זאגן אז מען קען גאר נישט קלאר מאכן דעם מושג פון קרבת ה’, עס איז אומעגליך צו פארשטיין וואס מיינט קרבת אלקים. דאס קען זיכער נישט זיין, ווייל צו דען מאנט השי”ת פון אמענטש אזאך וואס איז אומעגליך צו דערגרייכן? איז דאך קלאר און זיכער אז דאס קען און דארף יעדער איד צוקומען, די ארבעט איז יעצט נאר צו מברר זיין פונקטליך וואס איז דאס קרבת ה’.

כג
דביקות איז די וויכטיגסטע זאך אין לעבן

אויב א מענטש האט נאך נישט זוכה געווען צו פארשטיין פונקטליך וואס איז קרבת ה’, מוז ער וויסן אז דער נישט פארשטיין די זאך, איז נישט א פרטית’דיגע חסרון פון עפעס א ענין, וואס דאס פארשטיי איך נישט, נאר דאס איז א חוסר ידיעה אין גאנצן מהות פון לעבן. וויבאלד דאס איז דער תכלית פון לעבן אויף די וועלט, און דער תכלית פון אלע מעשים, סיי לימוד התורה, סיי קיום המצוות, און סיי מעשי הרשות פון דעם מענטש, זענען אלעס געמאכט געווארן צוברענגען א מענטש צו דביקות בקונו, באהאפטן צו השי”ת. קומט אויס אז אויב ער ווייסט נישט וואס דאס מיינט דביקות בה’, ווייסט ער בכלל נישט צו וואס ער לעבט אויף דער וועלט, און ער ווייסט נישט צו וואס זענען די אלע מעשים ואס ער טוט. ער לערנט טאקע תורה און מקיים די מצות, אבער ער ווייסט נישט וואס די אלע זאכן דארפן אים צוברענגען.

כד
א משל צו דעם
עס איז ווי א משל א מענטש פעלט אים א הויז, ער האט זיך אפגעשפארט 20 יאר יעדן חודש א געוויסע סכום, נאך 20 יאר האט ער דעם סכום וואס מען קען קויפן א הויז, נאכדעם וואס דער גאנצער סכום ליגט אין זיינע הענט און ער וויל גיין קויפן די הויז, אבער ער ווייסט נישט אוואו מען פארקויפט הייזער, ער זיצט און טראכט וואו פארקויפט מען הייזער, און עס פאלט אים נישט איין קיין שום מחשבה וואו קען מען קויפן, ער פרעגט זיך נאך ביי גוטע פריינט, זיי שיקן אים צו די פאסיגע מענטשן, אבער דער מענטש הערט נישט צו די עצות, נאר ער זיצט און טראכט און איז זיך משער כל מיני השערות וואו פארקויפט מען הייזער, אפשר דא אפשר דא, און אזוי גייט ער פון איין פלאץ צום צווייטן, און ער קומט צו גאר נישט אן. דער דאזיגער מענטש האט די גאנצע געלט, אבער א הויז האט ער נישט, ווייל ער ווייסט נאך אלס נישט אוואו פארקויפט מען הייזער און וואו ער זאל עס קויפן.

ענדליך צו דעם איז דער מענטש וואס איז מקיים מצוות, לערנט תורה, ער האט לימוד התורה, ער האט מצוות, אבער אז ער ווייסט נישט ווי אזוי מען קויפט מיט דעם, דעם טייערן אוצר פון בלבבי משכן אבנה, קויפן א פנימיות’דיגע הויז אין זיין נפש וואס דארט וועט ער טרעפן דעם אור ה’, השי”ת אליין זאל זיין מיט אים, און ער זאל אים שפירן אין זיין הארצן.

כה
דער יצר הרע איז מסכים זאלסט מקיים זיין מצוות אבער נישט קומען מיט זיי צום אמת’ן תכלית
דער יצר הרע לאזט דעם מענטש לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, אבער ער פארהוילט פון אים די פשוט’ע זאך, די פשוט’ע נקודה וואס איז דער תכלית פון דאס אלעס, פון די לימוד התורה און מצוות? ער פארמיידט פון דעם מענטש ער זאל אפילו נישט טראכטן פון דעם תכלית, ער געוואוינט איין מענטשן צו מצות אנשים מלומדה, מען לערנט טאקע תורה, און מען איז מקיים די מצוות, אבער מען זאל נישט טראכטן וואס איז דער גאנצע תכלית פון דאס אלעם. דאס איז דער כח פון יצר הרע, ער גיט פארן מענטשן אלעס, חוץ פון דעם עיקר, דער תכלית פון אלעס פעלט ח”ו. און אויב ער לאזט אמאל א מענטש טראכטן אז דער תכלית איז קרבת ה’, פארהוילט ער אבער פון אים וואס איז דער מהות פון קרבת ה’, אדער ער לאזט ווייזן פארן מענטש אז קרבת ה’ איז אין א אופן פון כל מיני הגדרות און צורות אין פארשידענע פארעמס און פארשטעלונגען, און דורכדעם דערווייטערט ער אים פון די אמת’ע הבנה און פארשטאנד וואס פונקטליך איז קרבת אלקים. אדער ער רעט איין דעם מענטש אז קרבת ה’ איז מען זוכה נאר אין גן עדן און עולם הבא, אבער דא אין עולם הזה איז דאס העכער פון מענטשליכע פארשטאנד און השגה צו פארשטיין מהו קרבת ה’.

אדער ער לייגט אריין אין די מחשבה פון מענטש, אז מען דארף בכלל נישט וויסן וואס איז קרבת ד’, דאס איז א זאך וואס קומט במילא אטאמאטיש צו יעדן וואס הארוועט אין לימוד התורה און קיום המצות, און גלייך ווי ער קומט ארויס פון עולם הזה און גייט ארויף אין הימל, גלייך שפירט ער פלוצלונג קרבת ד’, אוואונדערליכע גרויסע ליכט, יעדער לויט זיין מדרגה. אבער דא אויף די וועלט איז עס בכלל נישט א ענין וואס מען דארף עפעס טאן וועגן דעם, און עוסק זיין אין דעם. עס פעלט נישט אויס זיך צו באשעפטיגן מיט נסתרות וואס טוט זיך אין הימל. (אדער ווי אסאך טראכטן אז מען דארף נישט פליהען אין די הימלען נאר פשוט מקיים זיין די מצוות) אזוי איז דער יצה”ר משכנע דעם מענטש אז עס איז סתם א תשוקה א תאווה צו וועלן וויסן דעם פארהוילענעם עתיד, און ער זאגט צו דעם מענטש אז אנשטאט עוסק זיין אין נייגעריקייט און זוכעניש די פארהוילענע זאכן, איז אסאך בעסער און וויכטיגער ער זאל דינען דעם בורא מיט פשטות, און אין פשוט מקיים תורה און מצוות, אן אריינלייגן די קאפ און וועלן וויסן צו פארשטיין די מהות פון קירבת ד’. אזוי און נאך אסאך אזעלכע זענען די טענות פון יצה”ר אויף צענדליגער אופנים פראבירט ער אפצורעדן דעם מענטש ער זאל נישט וועלן זוכן דערגרייכן דעם אמת, און ער דערווייטערט דעם מענטש מיט זיינע פאלשע טענות און געדאנקען, כדי אים צו דערווייטערן דעם השתוקקות און רצון צו וועלן פארשטיין וואס איז קרבת ה’, און צו משיג זיין אמונה חושית אין הארצן. השי”ת זאל העלפן מיר זאלן נישט צוהערן צו די עצות פון יצר הרע, און מיר זאלן מחליט זיין צו נעמען אויף זיך די עבודה און דערגרייכן וואס איז באמת קרבת ה’, און וואס איז דער דרך דאס צו זוכה זיין.

כו
וואו געפינט זיך השי”ת איך זאל קענען זיין נאנט צו אים
יעצט לאמיר פראבירן צו ערקלערן מיט פשוט’ע ווערטער וואס איז דער מהות פון דביקות אין ה’, וואס איז דאס די קרבה וואס אויף דעם זאגט דוד המלך “ואני קרבת אלקים לי טוב, – פאר מיר איז נאר גוט איין זאך, קרבת אלקים”.

די ערשטע שאלה וואס מען דארף פרעגן איז וואו געפינט זיך השי”ת? ווען איך וויל זיין (למשל) נאנט צו אמענטש, דארף איך קודם וויסן וואו געפינט זיך דער מענטש, און ווען איך ווייס פונקט דעם פלאץ וואו ער געפינט זיך, גיי איך צו דעם פלאץ און איך קען דארט זיין נאנט צו אים. אזוי אז דער מענטש זוכט צו זיין נאנט צו השי”ת, דארף ער קודם מברר זיין וואו געפינט זיך דער באשעפער. אויב דער מענטש ווייסט נישט פונקטליך וואו השי”ת איז, ווי אזוי קען ער זיין נאנט צו אים?

עס שטייט שוין קלאר פון חז”ל “לית אתר פנוי מיניה”, נישטא קיין פלאץ וואס איז ליידיג פון השי”ת. דאס מיינט צו זאגן, השי”ת איז אומעטום, ווי עס שטייט “אתה הוא עד שלא נברא העולם וכו'” דו ביסט ה’ נאך פאר די וועלט איז באשאפן געווארן, און די ביסט נאכדעם וואס עס איז באשאפן געווארן. אזוי ווי פאר בריאת העולם, איז ה’ געווען אומעטום, אזוי נאך בריאת העולם. און אפילו עס איז דא א וועלט מיט באשעפענישן, איז ווייטער דער אויבערשטער דא אין יעדן פלאץ ממש. און עס איז נישטא עפעס וואס קען פארמיידן פון השי”ת צו זיין אין יעדן פלאץ. קומט אויס אז עס איז אונז קלאר אז השי”ת איז אומעטום ממש, און כדי צו זיין נאנט צו השי”ת, דארף מען נישט פארן אין חוץ לארץ אדער אויסערן שטאט, און אויך אפילו מען איז אין שטאט, דארף מען אין ערגעץ נישט גיין “כי קרוב אלך הדבר מאוד”, ווייל עס איז זייער נאנט צו דיר, השי”ת געפינט זיך אומעטום. דערפאר קען א מענטש זיך טרעפן מיט השי”ת אין יעדן פלאץ, און זיין נאנט צו אים שטענדיג.

ווער עס איז זיך מתבונן אין די ווערטער קען פרעגן א פשוט’ע שאלה אויף די ווערטער פון דוד המלך ‘ואני קרבת אלקים לי טוב’, פארוואס האט דוד המלך געניצט דעם ווארט קרבה, אויב השי”ת איז דא אומעטום, געפינט ער זיך דאך וואו דער מענטש אליין געפינט זיך, און אפילו וואו דער גוף פון מענטש אליין איז דא, אין דעם פלאץ געפינט זיך ה’, קומט אויס אז השי”ת איז נישט נאר נאנט צום מענטש, נאר השי”ת מיטן מענטש זענען ממש צוזאמען א גאנצע צייט. א לשון פון קרבה ניצט מען ווען עפעס איז נאנט צו א צווייטע זאך אבער א זאך וואס איז ממש צוזאמען (געקניפט און געבונדן) פאסט נישט צו ניצן דאס ווארט קרבה? אבער באמת די שאלה קומט פון א מענטשליכן פארשטאנד, וואס דער מענטש באשטימט אוואו השי”ת געפינט זיך, פארשטייט ער לויט דעם אז מבחינת פלאץ איז נישטא אזא מושג פון נאנט. אבער וויבאלד קרבת ה’ און דביקות בה’ איז נישט קיין ענין וואס פאסט זיך אין דעם א לשון פון פלאץ, ווייט אדער נאנט, ווייל ער האט נישט קיין שייכות צו א גשמיותדיגן פלאץ, דערפאר איז די שאלה גאר נישט שייך צו פרעגן. און ווי מיר וועלן בעז”ה שפעטער ערקלערן.

אבער די שאלה דארף אונז טאקע אויפוועקן צו מברר זיין טאקע קלאר וואס הייסט טאקע קרבת ה’ באמת? ווייל נאר ווען א מענטש איז זוכה און איז משיג באמת קרבת אלקים, פארשטייט ער קלאר דעם חילוק פון קרבת ה’, און אחדות מיט אים. השי”ת זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין משיג זיין און דער גרייכן די אלע טייערע מתנות.

כז
א משל וועגן נאנטקייט
פון דאס אלעס וואס מיר האבן פריערט געלערנט איז קלאר געווארן אז קרבת ה’ איז נישט א בחינה פון פלאץ, נאר א רוחניות’דיגע נאנטקייט. לאמיר טאקע אריינטראכטן וואס איז די הגדרה פון נאנטקייט דא אויף די וועלט, און דורכדעם וועלן מיר אביסל פארשטיין טיפער דעם ענין אין עולם הרוחני, קרבת ה’. מיר וועלן ברענגען א ביישפיל: א מענטש זיצט אין זיין הויז און רעדט אין טלפון, אינמיטן שמועסן אין טלפון, קומט אריין זיין גוטער פריינד אין שטוב, דער בעה”ב ווינקט דעם גאסט, ער זאל ווארטן א מינוט ביז ער וועט שנעל ענדיגן דעם שמועס, נאכדעם ווי ער לייגט אראפ דעם טלפון, פארענפערט ער זיך אנטשולדיגט וואס איר האט געמוזט ווארטן, איך האב געהאט א שמועס מיט זייער א נאנטער קרוב אין טלפון, דער גאסט וואונדערט זיך ווער איז דער קרוב? וואו וואוינט ער? און דער בעה”ב ענטפערט אים ער הייסט פלוני בן פלוני און ער וואוינט אין חוץ לארץ, פאר וואונדערט זיך דער גאסט און פרעגט אויב ער וואוינט אין חוץ לארץ ווי אזוי זאגסטו אז ער איז נאנט צו דיר? ענטפערט דער בעה”ב, איך האב נישט געזאגט אז ער איז נאנט צו מיר אין א אויפן פון נאנט אין פלאץ, נאר ער איז מיין קרוב, מיין פעטערס א זון. דאס מיינט צו זאגן אז אין עולם הגשמי איז דא 2 סארטן נאנטקייט: א) נאנטקייט מבחינת פלאץ ב) נאנטקייט פון משפחה, א טאטע, א זון, א פעטער, וכו’. די נאנטקייט פון א פעטער האט בכלל נישט קיין שייכות צו פלאץ, נאר וויבאלד זיי זענען משפחה האבן זיי א אינעווייניגסטע קרבה מצד די געבורט, און דערפאר האבן זיי א טיפע סארט קרבה פנימיות’דיג און נפשית’דיג, אסאך מער ווי קרבה פון פלאץ. דאס איז א קשר ווייל זיי קומען פון איין מקור און שורש, וויבאלד זיי האבן איין שורש ווערט צווישן זיי א אינערליכע נאנטקייט אין נפש. קומט אויס אז עס איז דא 2 מיני קרבה, א) א נאנטקייט אין פלאץ ב) א קרבה בנפש, וואס די נפשות זענען שטארק מקושר אפילו מען וואוינט ווייט.

כח
נאנטקייט אין פלאץ מיינט נישט נאנט אין נפש
נאכדעם וואס איז אונז קלאר געווארן די צוויי הגדרות אין נאנטקייט, יעצט לאמיר זיך מתבונן זיין אויב די ביידע קרבות איז אפהענגיג איינער אין צווייטן, פארשטייט זיך אז א נאנקייט פון פלאץ מוז נישט זיין א נאנטקייט אין נפש, און פארקערט אויך, א נאנטקייט דורך משפחה מוז נישט זיין א נאנטקייט אין פלאץ. א מענטש קען שטיין זייער נאנט צו א צווייטן מענטשן, (למשל מען ווארט אין געשעפט צו קענען באצאלן) און עס מוז בכלל נישט זיין אז זיי קענען זיך. נאכמער א מאל די סארט נאנטקייט, איז דוקא גורם א מרחק אין נפש, ווייל דורך די נאטקייט וועקט זיך אויף חילוקי דעות און קריגעריי. און דאס זעלבע פארקערט, נאנטע משפחה וואס מען איז דורך דעם נאנט בנפש מוז בכלל נישט זיין נאנט אין פלאץ, וויפל מאל איז דא אז דער נאנטסטער קרוב פון דעם מענטש ווי זיין טאטע אדער זיין זון, אדער זיין נאנטער גוטער פריינד, איז זייער ווייט אין פלאץ, און עס איז נישט קיין סתירה צו די נאנטקייט אין נפש. דאס הייסט אז עס איז קלאר אז קרבת מקום מוז נישט זיין מיט קרבת נפש, און קרבת נפש מוז נישט זיין מיט קרבת מקום.

און עס איז דא א חילוק צוישן קרבת מקום און קרבת נפש. ווייל ביי קרבת מקום איז דא יעצט א ממשות’דיגע קרבה מצד די בחינה פון פלאץ, אבער קרבת נפש אפילו אודאי אז אין נפש איז דא א קרבה צווישן ביידן, מוז אבער נישט זיין אז די קרבה איז יעדע מינוט בגילוי, אז די קרבה ווייזט זיך ארויס. ער האט טאקע ליב זיין קרוב, זיין גוטער פריינד, אבער דער נפשית’דיגע קשר ווערט נישט ארויס געוויזן אגאנצע צייט, נאר עס איז דא צייטן וואס די קירבת הנפש קומט ארויס בגילוי, למשל ביי א שמחה אדער ח”ו פארקערט, וואס דעמאלס שפירט א מענטש מער דעם קשר פון משפחה.

כט
ביי השי”ת איז שייך אלע סארטן נאנטקייטן
נאכדעם וואס מיר האבן מברר געווען דעם מהות פון קרבה אין עניני עוה”ז, יעצט לאמיר צוריק קערן צו אונזער ענין און מתבונן זיין צודען איז שייך די קרבות ביי קרבת ה’.

מצד קרבת המקום, איז שוין דערמאנט געווארן אויבן, אז עס איז נישטא עפעס וואס איז נענטער צו אונז ווי הקב”ה, וויבאלד השי”ת פילט אן די וועלט, קומט אויס אז ה’ און דער מענטש געפינען זיך שטענדיג צוזאמען און צושיידן זיך קיינמאל נישט. און מצד די נאנטקייט אין עוה”ז, איז נישטא אזאך וואס א מענטש איז “שטענדיג” נאנט צו דעם, אפילו עס איז אים ממש נאנט, אבער זיי זענען נישט נאנט ממש אין זעלבן פלאץ, אבער ביי השי”ת, דער מענטש און ה’ זענען שטענדיג נאנט די שטארקסטע נאנטקייט, און די מאס קרבה מבחינת פלאץ האט נישט קיין שום צוגלייך אין דער וועלט, און עס איז די העכסטע און מערסטע מאס נאנטקייט בעוה”ז.

מצד קרבת משפחה אדער פריינד, שטייט דאך א קלארער פסוק ‘בנים אתם לה’ אלוקיכם’, ‘ריעך ורע אביך על תעזוב’ דיין פריינד און די פריינד פון דיינע עלטערן לאז נישט אפ. זעט מען דא קלאר אז מיר זענען סיי בנים, און סיי ידידים. קומט אויס אז מיר זענען נאנט צום בורא עולם סיי אין די בחינה פון מקום (לית אתר פנוי מיניה), און אויך מצד משפחה (בנים אתם לה’ אלקיכם) און אויך מצד ידידות גוטע פריינד (ריעך ורע אביך אל תעזוב).

אלא מאי וואס פעלט אונז טאקע ביי קרבת ה’? דער עיקר שבעיקר פעלט!! דאס מיינט צו זאגן דא אין עוה”ז א מענטש וואס איז נאנט צו איינעם מצד דעם נאנטקייט פון פלאץ, שפירט ער בחוש אז ער איז נאנט צו די זאך, א מענטש וואס האט א טאטע א זוהן, א פעטער, פילט ער די קרבה אלס משפחה, ער שפירט ער איז א זוהן וכו’. א מענטש האט א גוטער פריינד שפירט ער די פריינדשאפט אין נפש. אבער מיט אונזער נאנטקייט צו השי”ת אין די אחע קרבות וואס מיר האבן דערמענט: א) קרבת מקום ב) קרבת משפחה ג) קרבת ידידות. איז די גרויסע שאלה צו שפירן מיר דען אזוי אז השי”ת איז נאנט צו אונז מער ווי אלע קרבתן וואס איז שייך? ווען מיר זאגן אז השי”ת פילט אן די גאנצע וועלט ווייסן מיר עס סתם א ידיעה, אדער מיר פילן עס מיט א שטארקע אמונה און א הרגשה חושית אז השי”ת איז מיט אונז אין יעדן פלאץ אלעמאל??!! און אויב יא וואלטן מיר עס געדארפט שפירן אגאנצע צייט, ווייל עס איז דאך טאקע אזוי אז השי”ת איז מיט אונז יעדע מינוט.

אזוי ווייטער אין די בחינה פון קרבת משפחה, צו ווייסן מיר נאר סתם א ידיעה אז מיר זענען בנים למקום, אדער מיר שפירן אין הארצן בחוש אז איך בין א קינד ביי מיין טאטן, (און ווי דער בעש”ט זאגט אז יעדער איז נישט נאר אקינד נאר א בן יחיד ביי א השי”ת) און צו איז אין אונזער הארץ איינגעווארצלט א שטענדיגע אהבה צו השי”ת אזוי ווי א קינד האט ליב זיין טאטן?

און אין די בחינה פון א גוטער פריינד, ה’ ווערט אנגערופן אונזער גוטער פריינד (ידיד נפש אב הרחמן), צו ‘ווייסן’ מיר נאר אז מיר זענען גוטע פריינד, אדער מיר ‘שפירן א שטארקע געפיהל’ אז מיר האבן א גוטער פריינד וואס איז דער גרעסטער בעסטער, און די הרגשה ווייזט זיך ארויס טאגטעגליך און אונזער לעבן? ווען דו טראכסט אריין אז דו האסט א גוטער פריינד דער בעסטער דער קליגסטער דער געטרייסטער, און ווער איז ער, דעך מלך מלכי המלכים, וואלסטו זיך געדארפט שפירן דער גליקלעכסטער מענטש אין די וועלט, אזא זכיה צו וויסן און צו שפירן די ידיעה, אזא אוצר פארמאגן מיר.

ל
מען ווייסט נאר מ’לעבט נישט מיט דעם
הייסט עס אז מיר זענען נאנט צו השי”ת מיט אלע מיני סארטן קרבה’ס, אבער דער פראבלעם איז אז מיר ווייסן עס נאר אז מיר זענען נאנט, וואס עס פעלט באמת ביי רוב מענטשן איז אז די קרבה איז נאר א ידיעה אז מיר האבן אזא קרבה, אבער צו שפירן דאס מיט א קלארקייט אז מיר זענען נאנט אין “פלאץ”: מרגיש זיין אז השי”ת שטייט איבער אונז יעדע מינוט יעדע שעה דא נעבן מיר, אויך אינעווייניג אין אונז. און אזוי אויך מבחינת בנים: צו שפירן א גאנצע צייט אז מיר זענען זיינע קינדער, און אויך ידידים. דאס איז טאקע וואס עס פעלט, מיר זענען דאך אזוי נאנט אבער עס פעלט די הרגשה אין א אופן וואס אלע חושים זענען עס מרגיש. ווייל א נאנטקייט אין גשמיות איז די קרבה צו א צווייטן בחוש, מען לעבט עס און מען איז דאס מרגיש. אבער אין רוחניות, ווייסן מיר נאר אז מיר זענען נאנט, אבער ליידער נישט שטענדיג שפירן מיר עס, נישט שטענדיג לעבן מיר עס.

לא

א משל פון נישט קיין באוואוסטע נאנטקייט

כדי צו פארשטיין און צו ממחיש זיין די זאכן, לאמיר זיך מתבונן זיין און זען, ווי אזוי אפילו אין עוה”ז, אין עניני גשמיות נישט יעדע נאנטקייט פיהלט מען. מיר וועלן גיבן א ביישפיל 2 סארטן נאנטקייטן, א נאנטקייט פון פלאץ און א נאנטקייט פון משפחה, און ווי אזוי עס קען אמאל זיין אז פארן מענטש איז עס נישט באוואוסט.

פאר מען האט אויסגעטראפן דעם מיקרוסקופ, אויב מיר וואלטן צוגעגאנגען צו א מענטש און געפרעגט זאג מיר עס איז דא חיידקים (די קליינע חיה’לעך) וואס זענען נעבן דיר אין א ווייטקייט פון א פאר סענטימטר פון דיר? וועט ער ענטפערן מיט די שטארקסטע זיכערקייט און ער קען אפילו שווערן אן קיין (נקיפת מצפון) געוויסן ביסן, אז נעבן אים איז נישטא קיין שום חיידקים. אפילו עס איז קלאר די זאך אז דער מענטש מאכט א טעות, און נעבן אים ממש איז דא פיל לעבעדיגע באשעפענישן, אבער וויבאלד אז די אויג פון מענטש קען עס נישט אויפכאפן, און דער מענטש קוקט און זוכט און ער זעט עס נישט, דערפאר איז ער זיכער אז די זאך איז נישטא, אבער אינדער אמת’ן אז ער האט קלאר א גרויסן טעות. זעהען מיר פון דעם משל, אז א מענטש קען זיין זייער נאנט צו א זאך אין בחינה פון “מקום”, און ער ווייסט בכלל נישט אז ער איז נאנט צו די זאך.

לב

נאך א משל צו דעם

מיר וועלן גיבן נאך א ביישפיל פון קרבה אין משפחה: פיהל מענטשן זענען געקומען אין ארץ ישראל נאך די מלחמה אן כמעט קיין משפחה, און די עלנדקייט אן קיין משפחה האט זיי זייער שווער געפייניגט, און עס איז געווען מענטשן וואס האבן זיך זייער געפלאגט צו טרעפן עפעס א זכר פון עפעס א משפחה פון א קרוב.

צום ביישפיל א מענטש וואוינט אין א בנין, און אויפן צווייטן שטאק וואוינט זיין שכן, און זיי האבן נישט קיין עקסטערע שייכות איינער מיטן צווייטן, און ביידע האבן איבערגעלעבט די מלחמה, און יעדער פון זיי זוכט אפשר איז דאך עמעצער געבליבן פון די גרויסע משפחות וואס זיי האבן געהאט. נאך 20 יאר וואוינען אלס שכנים, דערוויסן זיי זיך פלוצלונג אז זיי זענען קרובים און זייער נאנטע קרובים, ערשטע שוועסטערקינדער, און אויסער די צוויי זענען קיינער נישט געבליבן אויף דער וועלט פון זייער משפחה. זעהען מיר א מענטש קען זיין אזוי נאנט ממש נעבן זיין נאנסטער איינציגער קרוב וואס איז אים געבליבן אויף דער וועלט, אזויפל יארן זיין נאנט, און דאך נישט וויסן, כאטש ער קען אים גוט און ער וואוינט נעבן אים ממש, נאר וויבאלד עס איז פארמיידן געווארן פון אים די ידיעה אז ער איז זיין נאנטער, פעלט אים די נאנטע הרגשה בנפש צו אים.

האבן מיר דאך קלארע ביישפיל אין א אופן פון קרבת מקום, און קרבת משפחה, אז א מענטש איז אזוי נאנט צו דעם, אבער עס איז אזוי ווי זייער ווייט פון אים, די סיבה איז ווייל ער ווייסט פשוט נישט אז ער איז אזוי נאנט צו די זאך.

לג

דער נמשל

אזוי איז די זאך ענדליך מיט די נאנטקייט פון א מענטש צו השי”ת, מיט די פארשידענע סארט קרבות וואס מיר האבן פריער דערמאנט איז דאך דער מענטש זייער נאנט צו השי”ת, אבער וויבאלד דער מענטש זעט דאך נישט דעם באשעפער נעבן זיך, ווי עס שטייט “כי לא יראני אדם וחי”, דערפאר כאפט נישט דער מענטש ווי שטארק נאנט ער איז צום בורא עולם, ער ווייסט אז השי”ת איז זיין טאטע, אבער ער שפירט עס נישט גענוג אין הארצן מיט א קלארקייט. ער ווייסט אז הקב”ה איז זיין געטרייסטער בעסטער גוטער פריינד, אבער די הארץ פילט עס נישט. אויב למשל מען וואלט דערציילט פאר א מענטש וואס איז געווען זיכער אז זיין טאטע איז שוין יארן לאנג נישט אויף דער וועלט, און פלוצלינג באקומט ער א ידיעה אז זיין טאטע לעבט נאך, און ער קען אים פארן זען, זיין גאנצע הארץ וואלט פוהל געווארן מיט שמחה וועגן דעם אז ער האט נאך א געלענגהייט צו זעהן זיין טאטן, און זיין מחשבה אז ער וועט מער נישט וויסן וואס א טאטע מיינט איז נאר געווען א שרעקליכער טעות.

לד

בנים אתם לה’, באקען זיך מיט דיין טאטן

יעדער וואס האט נישט געהארוועט אסאך צו קענען השי”ת זיין אמת’ר טאטע, קען טאקע נישט זיין טאטן, אפשר ווייסט ער אז ער איז קיים, אבער ער קען אים נישט. אזוי ווי א מענטש וואס ווייסט אז זיין טאטע איז אין חו”ל, און ער האט אים נאכקיינמאל נישט געזען, די זעלבע זאך איז א מענטש וואס האט נישט געהארוועט אסאך צו קענען זיין באשעפער. מען רעט נישט דא פון הכרת השכל מיט חקירות, נאר פון הכרת הלב, ער איז דאך קלאר אז ער האט א טאטן, אבער ער קען אים כמעט נישט. א מענטש וואס האט אמת’דיג געהארוועט און איז זוכה זיך צו באקענען מיט’ן באשעפער, מיט זיין טאטן פון הימל, וועט ער אנהייבן צו פארשטיין און באמערקן אז נישט נאר ער פילט נישט אז השי”ת שטייט נעבן אים, נאר ער ווייסט בכלל נישט וואס איז דאס דער טאטע פון הימל. ער האט נישט געהאט קיין שום כלי צו מבחין זיין און פארשטיין וואס איז דער בורא, וואס מיינט פאר מיר צו זאגן די ווערטער “בנים אתם לה’ אלקיכם”, וואספארא אוצר ליגט באהאלטן אין די הגדרה צו זיין א קינד פון השי”ת, דאס איז נישט א ענין פון א ידיעה אין שכל דאס איז א השגה אין נפש, א געפיהל אין הארצן.

יעדער סארט משל פון א זון צו א טאטן (ווי טייער און באליבט זיי זאלן נאר נישט זיין איינער פארן צווייטן) קען נישט צוקומען צו דער גרייכן דער עומק און מהות פון צו שפירן צו זיין א בן למקום א קינד פון הקב”ה, דאס איז א זאך וואס איז גרעסער פון מענטשליכע השגות, דער שכל איז אומעגליך דאס צו פארשטיין די געפילן, דאס איז נישט הכרת שכל דאס איז פיל העכער פון דעם, דאס איז וואס די נשמה באקענט זיך מיט איר טאטן.

מען מוז פארשטיין אז ווען די תורה הקדושה זאגט “בנים אתם לה’ אלקיכם” און דער מענטש נעמט דאס אן פשוט, אז אזוי ווי איך האב א גשמיות’דיגן טאטן אזוי האב איך א רוחניות’דיגן טאטן (ה’ זאל אונז אלעמען מזכה זיין כאטשיג צו פילן מיט דעם פשטות אזוי ווי א גשמיות’דיגן טאטן) כאפט ער נאר אויף די אויבערפלעכליקייט פון די ווערטער און נישט די פנימיות’דיע השגה פון די זאך. און דאס קען א מענטש נאר דערגרייכן ווען ער איז באמת מרגיש אזוי אין נפש, און נישט ווען מען וועט אים פראבירן מסביר זיין מיט (שכלדיגע) הגדרות.

לה

משלים פון די פרשה

לאמיר זיך מתבונן זיין אין א טאטן מיט א זון וואס ווערט געברענגט אין די תורה, ווען יעקב און יוסף האבן זיך געטראפן שטייט (בראשית מו כט) “ער העט איינגעשפאנט זיין פערד און וואגן און ער איז ארויף אנקעגן גיין זיין טאטן אין גושן, און ער האט זיך באוויזן פאר אים, און ער איז ארומגעפאלן אויף זיין האלדז, און ער האט נאך געוויינט אויף זיין האלז”. און רש”י ברענגט אז די חז”ל זאגן אז יעקב איז נישט ארויפגעפאלן אויף זיין האלז און האט אים נישט געקושט נאר ער האט געליינט “קריאת שמע”.

וויפל צייט האט גענומען פאר יעקב צו ליינען קריאת שמע? א האלבע שעה, א שעה, אדער אפשר לענגער, און פונדעסוועגן אפילו נאך דעם וואס יוסף און יעקב האבן זיך נישט געטראפן אזויפיל יארן, פונדעסוועגן די גאנצע צורה פון דעם התקשרות פון “ויפל על צואריו” איז געווען נאר א קורצע צייט. זיי האבן 17 יאר נישט געלעבט מיט אזא סארט קשר. דאס מיינט צו זאגן אז אודאי נאכדעם איז יעקב געווען צוגעבונדן צו יוסף און יוסף צו יעקב, אבער דער תוקף גילוי התקשרות – די שטארקע אפענע התקשרות איז נאר געווען אויף א קורצע צייט.

אויב א מענטש וויל א משל וואס מיינט א קשר צווישן א קינד און זיין טאטן פון הימל, זאל ער לערנען פון דעם משל. אבער דער אונטערשייד איז נאר אז א קינד מיט זיין טאטן פון הימל קען זיין א גאנצע צייט אין א מהלך פון “ויפל על צואריו”, דאס איז די צורה פון זיין דבוק און קשור מיט השי”ת (אוודאי איז דא נפילות, אבער דער צורת חיים דער פארעם פון כללית’דיגן לעבן איז אזוי). דעם גשמיות’דיגן טאטן קען מען נישט אנכאפן א גאנצע צייט און פאלן אויף זיין האלדז, אבער מיט השי”ת, אונזער טאטן פון הימל, קען מען יא זיין מקושר יעדע רגע און יעדע שעה ממש. ווען א מענטש איז זוכה צום “ושכנתי בתוכם”, אז השי”ת געפינט זיך אין זיין הארץ בגילוי ממש, זיין הארץ איז אפן און ער פילט השי”ת און ער איז צוגעבונדן צו השי”ת א גאנצע צייט אזוי ווי די בחינה וואס ווערט דערמאנט אין דעם זיך צוזאמענטרעפן פון יוסף מיט יעקב, און אפילו מער פון דעם. דאס איז א פנימיות’דיגע התקשרות פון דעם נפש צו השי”ת, דאס הייסט געלעבט אמת’דיג און פנימיות’דיג.

לו

די נאנטקייט צום אויבערשטן אין לנצח נצחים

לאמיר זיך פארשטעלן, אין די צייט וואס יוסף האט זיך געטראפן מיט זיין טאטן, אויב דער פלאפון וואלט געקלונגען אינמיטן, וואלט ער עס אויפגעהויבן, אדער אין די מינוט וואלט אים גארנישט אינטרעסירט? יוסף געפינט זיך אין מצרים אין א פרעמדע לאנד אזוי פיל יארן, אין אזא עלנדקייט, און עס קומט די מינוט וואס ער גייט ארויס פון זיין עלנדקייט און ער טרעפט זיך מיט זיין טאטן, צו האט ער דען צייט בשעת מעשה צו טוהן אנדערע זאכן?

אזוי איז די צורה וואס א אמת’ר איד דארף לעבן, ער איז יעדע מינוט ממש צוגעבונדן צום בורא עולם. נאך אלעס געפינט ער זיך דאך אין א גשמיות’דיגע וועלט, און ער מוז זיך באשעפטיגן עפעס מיט די וועלטליכע זאכן, אבער די נשמה איז שטענדיג צוגעבונדן צום אויבערשטן. סיי ווען ער איז עוסק אין גשמיות און סיי ווען ער איז עוסק אין רוחניות אייביג א גאנצע צייט ווערט נישט די נפש אפגעהאקט פון השי”ת. אויך ווען ער הייבט אויף דעם פלאפון איז ער מקושר צום בורא עולם און ער איז זיך נישט מסיח דעת פון דעם אינערליכע התקשרות צום בורא עולם יעדע שעה און יעדע מינוט, אזוי דארף א איד לעבן, דאס איז דער אמת’ר איינציגער קשר וואס א מענטש האט דא אויף די וועלט.

זיין אייגענע משפחה קומט א טאג וואס דער מענטש פארלאזט און ער בלייבט אליין, דער איינציגע קשר וואס דער מענטש קען האלטן סיי אין די וועלט און סיי אין יענע וועלט, א קשר וואס האט נישט קיין אפהאלט, א קשר וואס ווערט קיינמאל נישט צוריסן, קיינמאל נישט אפגעהאקט, דאס איז דער קשר מיט השי”ת.

אין גן עדן מוז בכלל נישט זיין אז דער מענטש וועט זיצן מיט זיין טאטן אדער מיט זיין זון אדער מיט זיין פעטער וכו’, נאר מיט השי”ת. דאס איז דער קשר וואס א מענטש מוז אויפבויען אין זיך אין די וועלט און אויך אין עוה”ב, דער קשר מיט זיין משפחה איז א קשר אבער אין א שיינעם טאג וועט עס ווערן אפגעהאקט. אבער דער קשר מיט השי”ת איז נצח, קיינמאל וועט עס נישט ווערן אפגעהאקט. ווער עס וויל א אמת’ר גוטער פריינד זאל נעמען השי”ת פאר זיין ידיד, און דער גוטער פריינד איז זיין פריינד אין אלע צייטן, סיי אין עוה”ז סיי אין עוה”ב, און ער וועט אים נישט אפלאזן אפילו אויף א מינוט.

לז
אים שפירן נעבן אונז ממש
כל זמן וואס א מענטש איז נישט צוגעבונדן צו השי”ת מיט א ריכטיגין קשר אין א בחינה פון קרבת משפחה וואס מיר האבן אויבן דערמאנט, קען ער נישט ריכטיג שפירן השי”ת אין די קרבה אין די בחינה פון פלאץ, צו שפירן אז השי”ת איז נאנט צו אים מצד מקום און ער שטייט נעבן אים. וואס מער דער מענטש איז מקושר צו השי”ת מער און מער אין זיין פנימיות פון זיין הארץ, קען ער ]פיהלן אין זיין פנימיות מיט א גאנצע קלארקייט אז השי”ת שטייט לעבן אים ממש, יעדע צייט, יעדע מינוט, אין יעדן פלאץ. וואס מער די קרבת הנפש פון מענטש איז גרעסער צו השי”ת, און עס איז טיף טיף מיט זיינע אלע געפילן פון הארצן, אזוי קען ער פיהלן אז השי”ת שטייט נעבן אים. און די זעלבע איז אויך ח”ו פארקערט, וואס ווייניגער מען פילט ה’ אין הארץ’ן, אלעס ווייניגער שפירט מען אז ה’ איז דא, און אז ער שטייט נעבן מיר און זעט אלעס.

לח
ווילסט לעבן א אויבערפלעכליכער לעבן, אדער מעין עוה”ב
נאכדעם וואס איז אונז נאכמער קלאר געווארן וואס איז דער תכלית פון לעבן, אז דאס איז קרבת ה’, און מיר האבן געלערנט ווי אזוי (בערך) זעט אויס א לעבן פון א איד וואס איז צוגעבונדן צו השי”ת, אז די דביקות אין הקב”ה איז נישט סתם עפעס א קליין נקודה אין זיין לעבן, נאר דער גאנצער מהות פון לעבן איז אין גאנג פון התקשרות צו השי”ת, יעצט ליגט אויפן מענטש צו מברר זיין פאר זיך אליין און איבערטראכטן צו וויל ער טאקע לעבן אין אזא וועג, אויף אזא אופן? אדער אפשר איז אים לייכטער צו ממשיך זיין זיין לעבן אין א לעבן פון דמיון, א דמיון וואס זעט אים אויס א רוהיגערער לעבן אן די טירדות [כביכול] פון זוכן השי”ת. יעדער איינער דארף זיך קלאר מאכן צו איז ער באמת אינטרעסירט צו זיין דבוק אין השי”ת זיין גאנצן לעבן. און אויב א מענטש האט מחליט געווען אז ער וויל די וועג, וואויל איז אים!

און אויב ער האט אריינגעטראכט אין זיך, און געזען אין זיין הארץ אז ער וויל נאך נישט, זאל ער מתפלל זיין צו השי”ת ער זאל אים העלפן וועלן דעם אמת’ן לעבן, ער זאל אים העלפן ארויס גיין פון א הפקר’דיגן לעבן, וואס זעט אויס כאילו מען לעבט, און צו וועלן אריינגיין צו א לעבן וואס אויף דעם איז געזאגט געווארן “ואתם הדבקים בה’ אלקיכם חיים כולכם היום” (מיר רעדן נאך דערווייל נישט וועגן דעם וועג ווי אזוי צו זיין נאנט און דבוק אין השי”ת, מיר רעדן ערשט קודם וועגן (ענטוויקלען) דעם רצון צו וועלן זיין נאנט און דבוק אין השי”ת).

לט
וואס וועסטו טאן אין גן עדן?
מיר וועלן פראבירן דערנענטערן דעם מענטשן צו דעם, אז ער זאל וועלן זיין קרוב ודבוק להשי”ת.

יעדער איינער פון אונז ווייסט זייער גוט, אז עס וועט קומען א טאג און ער וועט פארלאזן דעם עולם הזה. “סוף כל אדם למיתה”. ענדע שטארבט דאך יעדער מענטש. און יעדער וויל דאך באמת נאכן טויט ניצל ווערן פון גהינם און זוכה זיין צו גן-עדן, וואס וועט ער טאן אין גן-עדן? זאגט דער רמח”ל אין מסילת ישרים אז “האדם לא נברא אלא להתענג על ה’ ולהנות מזיו שכינתו” א מענטש איז נישט באשאפן געווארן נאר צו דעם תכלית צו האבן דעם תענוג פון די נאנטקייט מיט השי”ת, און נהנה זיין מזיו השכינה, און דאס איז דער עיקר תענוג אין ג”ע. קומט אויס אז אויב א מענטש איז נישט דבוק אין השי”ת באמת אויף די וועלט, איז אויך אין גן עדן האט ער נישט קיין סאך וואס צוטאן, ווייל א אמת’ר גן עדן איז נאר דביקות בה’, און אויב א מענטש וויל נישט קיין דביקות בה’, וואס וועט ער טאן אין גן עדן? און אויב א מענטש וועט זיך וועלן זאגן אז דא אין עוה”ז וויל ער נהנה זיין פון עוה”ז, און ווען ער וועט ארויסגיין פון די וועלט וועט ער דעמאלס וועלן זיין דבוק אין השי”ת. זאל ער וויסן אז דאס איז מחשבות פון נארישקייט, ווייל די ספה”ק האבן שוין געשריבן אז וואו א מענטש און זיינע מחשבות זענען קבוע, איינגעוואוינט אין עוה”ז, פונקט אזוי וועט זיין מיט אים אין עוה”ב. קומט אויס אז אויב אין די וועלט זענען די מחשבות און הארץ נישט דבוק אין ה’, נאר די קאפ איז אנגעפילט מיט גאר אנדערע זאכן, אזוי ממש וועט עס זיין אין עוה”ב. און אפילו ער וועט דארט זוכן דעם (תענוג) פון דעם דביקות אין ה’, וועט ער נישט קענען ווייל ער וועט מיט געוואלד, מיט נישט זיין אייגענעם ווילן, שוין מוזן זיין צוגעבונדן צו דעם וואס ער איז געווען צוגעבונדן אין עוה”ז.

ווייל א מענטש קען זיך נישט איינטליין די זאכן, דא אין עוה”ז נישט זיין צוגעבונדן צו השי”ת, און אין עוה”ב יא, נאר אדער אויך דא אין עוה”ז דביקות בה’ און אזוי אויך אין עוה”ב, אדער ביידע נישט ח”ו ח”ו (אודאי איז דא א תיקון פאר א מענטש אויב ער האט נישט אנגעפילט ריכטיג זיין לעבן ואכמ”ל). קומט אויס אז א מענטש מוז פארשטיין אז אויב דא אויף די וועלט איז ער נישט דבוק בבורא, וועט אויך מוזן זיין אז ער וועט נישט זיין דבוק בבורא עולם דארט אין גן עדן, און אויב אזוי וואס וועט ער טאן דארט (אין דעם אייביגער לאנגער לעבן?). א מענטש זאל אסאך אריינטראכטן און זיך מתבונן זיין, אז ער פארלירט זיין נצחיות דורכדעם וואס ער איז נישט דבוק דא אין השי”ת.

דער עוה”ב ווערט אנגערופן “עולם שכולו טוב”, א וועלט וואס דארט איז נאר דא גוטס. וואספארא סארט גוטס איז דארטן דא? שרייבט דער רמח”ל “קרבת אלקים, נאר דאס איז גוט, אויסער דעם וואס מענטשן טראכטן אז עס איז גוט, איז נאר א פאלשע נארישקייט און א גרויסן טעות”. דאס מוז אונז זיין קלאר, אז עס איז נישטא קיין אנדער גוטס, נאר קרבת ה’. אויב א מענטש איז דא נישט קרוב ודבוק בה’, האט ער נישט קיין שייכות לעולם שכולו טוב. קומט אויס אז עס איז א “מוז”, א הכרח, אז כדי צו זוכה זיין צו גוטס אין עוה”ב צו קרבת ה’ לי טוב, בהכרח מוז זיין אז אויך אין די וועלט זאל דער מענטש לעבן מיט דעם סארט טוב, וואס מיינט קרבת אלקים לי טוב.

מ
א משל וועגן דעם
און אזוי ווי אין עוה”ז אין מסחר טוט מען חאטש איין מאל א יאר א חשבון, און מען פארמאכט די געשעפט, און מען איז בודק וואס האט זיך פארקויפט וואס נישט וכו’. אזוי ממש מוז דער מענטש מאכן זיין אייגענעם חשבון, נישט א חשבון פון ¼ שעה ½ שעה 1 שעה נאר זיך גיבן א שטעל אפ זיין גאנצער הלוך ילך, און בודק זיין צו וויל איך זיין קרוב ודבוק לבורא עולם, אדער נישט? און אויב איך וויל יא צו גייך איך אין די ריכטיגע וועג וואס דערנענטערט מיר צו השי”ת א אמת’ע קרבה וואס מען שפירט קלאר ווי מיר האבן אויבן געלערנט. אדער דאס איז נאר א וועג פון לימוד התורה מיטן שכל, און קיום המצוות מיט אביסל התעוררות, אבער די תורה און מצוות ברענגען מיר נישט צו א אמת’ע קרבת ה’.

מען מוז ארוסגיין מיט הכרה ברורה אז מען וויל קרבת ה’ אמיתית, וויפל צייט דאס וועט נעמען זאל עס נעמען, אבער ארויסגיין פון דעם (חשבון הנפש) מיט א שטארקער קלארער רצון, אז דער גאנצער לעבן איז קרבת ה’ און דביקות בה’.

און ערשט יעצט איז זיין ארבעט זוכן, טראכטן, קלאר מאכן, די ריכטיגע וועג ווי אזוי איז מען זוכה צו קרבת ה’. אבער קודם זיין קלאר אז דאס איז דער גאנצער פנימיות פון לעבן, קרבת ה’ און דביקות בה’.

מא
דער טעות אז קרבת ה’ קומט אליין
און ערשט נאכדעם וואס אים קלאר געווארן כנ”ל, און א מענטש הייבט אן צו שפירן א אמת’ר רצון צו לעבן אויף אזא אופן, יעצט איז די צייט צו זיך מתבונן זיין וואס איז די וועג וואס ברענגט דעם מענטש צו זוכה זיין צו אזא סארט לעבן.

א מענטש קען מיינען אז וויבאלד ער איז שקוע בלימוד התורה און קיום המצוות, בהכרח אז עס וועט קומען א טאג פלוצלונג און ער וועט אנהייבן שפירן קרבת אלקים אין הארץ. אבער דאס איז א גרויסער טעות וואס אסאך זענען אין דעם אריינגעפאלן, מיינענדיג אז קרבת ה’ פאלט אריין אין הארץ פון אמענטש וואס לערנט תורה און איז מקיים די מצוות, אבער באמת איז עס נישט אזוי.

מב
ריקנים שבהם
די חז”ל האבן דאך שוין געזאגט “אפילו ריקנין שבהם מלאים מצוות כרמון”, אפילו די ליידיגע אידן זענען פיהל מיט מצוות. און עס איז באוואוסט די קשיא פארוואס ווערט ער אנגערופן ריק – ליידיג, זיי זענען דאך בכלל נישט ליידיג, וויבאלד זיי זענען פיהל מיט מצוות ווי א רימון? האט געענפערט אויף דעם איינע פון די צדיקים א הערליכער תירוץ, אז עס קען זיין א מענטש האט פיהל מיט מצוות ת”ת חסד וכו’ וכו’, אבער ער איז נאך אלס אין גדר פון ריק, דאס אלעס פאר וואס? א רימון האט אין זיך פיהל קערעלעך, אבער יעדע איינע שטייט פאר זיך אליין, נישט ווי א עפל, באר, וואס איז איין שטיק, נאר יעדע קליין קערל איז אליין פאר זיך, אזוי איז דער מענטש וואס טוט די מצות, א מענטש קען לערנען און מקיים זיין פיהל מצות, אבער אלעס איז א בחינה פון ריק, ליידיג, ווייל אלעס איז נפרד, צוטיילט איינער פון צווייטן, און עס איז נישט דא א אמת’ר חיבור פון איין מצוה און די אנדערע.

די תורה און מצוות דארפן זיין א מקשה אחת, איין שטיק, אחן א מהלך פון א בנין, און נישט תורה און מצוות וואס זענען ח”ו אפגעשיידט. א מענטש קען עוסק זיין אין תורה כל ימיו, און מקיים זיין אסאך מצוות, און ער איז אלס אין א מהלך פון ריקנין שבהם, ליידיג, ער האט נישט זוכה געווען צו די אינעווייניגסטע נקודה וואס איז מאחד די תורה און מצוות, וואס מאכט עס פאר איין זאך, – דביקות בה’!!

די תורה דארף זיין אין א וועג פון קודשא בריך הוא ואורייתא וישראל חד הוא, איין קשר, איין זאך. און דורך די תורה דארף דער מענטש זיין דבוק אין השי”ת. די מצוות זענען מלשון צוותא, חיבור מיט השי”ת. קומט אויס אז סיי די תורה און סיי די מצוות האבן איין תכלית, קרבת ה’ און דביקות בה’. אויב דער תכלית ווערט מקוים, קומט אויס אז די גאנצע תורה און אלע מצוות זענען געבונדן איינס צום צווייטן, און אלעס ברענגט אים צו איין איינציגער תכלית. אבער אויב די תורה און מצוות ברענגען נישט דעם מענטש צו קרבת ה’, איז נישטא די נקודה וואס מאכט פון די גאנצע תורה און מצוות איינס, און ח”ו זיינע תורה און מצוות זענען בחינת נפרדים, צוטיילט.

ווען די הארץ פון א מענטש איז ליידיג פון בורא עולם, און עס איז נישטא דער “ושכנתי בתוכם”, ער שפירט נישט דעם אויבערשטן אין זיין הארץ, פעלט אויב אזוי די נקודת האחדות, עס איז דא תורה עס איז דא מצוות, אבער עס איז נישטא א הארץ צום טאטן אין הימל, עס איז נישטא די פנימיות’דיגע נקודה אין הארץ פון דעם דביקות.

יעדער מענטש און מענטש מוז מאכן זיין חשבון הנפש און בודק זיין אויב דער מהלך פון זיין לעבן, ביי תורה און מצוות וכו’ וכו’ זענען אין א מהלך וואס וועט מיר ברענגען צו דביקות אמיתי שפירן מרגיש זיין השי”ת, אדער אפשר זענען ח”ו מיינע מעשים אין א מהלך פון ריקנין שבהם, ליידיגע מצוות וואס עס פעלט אין זיי די נקודת האחדות הפנימית.

מג

גוט בודק זיין זיינע וועגן

מען דארף זייער זהיר זיין אין די נקודה. אסאך מיינען און זיי זענען זיכער אז זייער דרך איז די ריכטיגע וועג, און אין די וועג וואס זיי גייען וועלן זיי במשך פון די יארן זוכה זיין צו קרבת ה’.

אבער עס איז נישט אלעמאל אמת. אמאל זוכט דער מענטש זיך צו בארוהיגן אז מן הסתם מיט די יארן וועט ער אנקומען צו קירבת ה’, ער זוכט א תירוץ כדי זיך צו קענען ארויסדרייען פון די אמת’ערע ערנסטערע וועג, און עס איז אים גרינגער צו טראכטן אז זיין וועג איז די ריכטיגע און וועט אים סוף סוף ברענגען צו א אמת’ער געפיהל פון נאנטקייט צום אויבערשטן.

וואס וועט דער מענטש טאן אויב אין די ענדע פון זיין לעבן וועט אים קלאר געווארן אז זיין דרך איז נישט ריכטיג, און ער האט נישט זוכה געווען אז ער זאל אנקומען צו דעם אמת? דעמאלס וועט שוין זיין צו שפעט, און עס וועט אים שוין זיין שווער צוריק דרייען דעם רעדל און פראבירן לעבן א לעבן פון דאסניי אין א אנדער צורת חיים.

און אודאי איז שווער צו מוכיח זיין און אויפוויזן דעם מענטש אז זיין וועג וואס ער גייט וועט אים נישט ברענגען צו קרבת ה’, (און אודאי אז עס איז דא פרשידענע גוטע וועגן וואס ברענגט יא, מיר רעדן יעצט וועגן די וואס בלאנדז’ען און גייען נישט אויף די ריכטיגע דרכים). און דערפאר דארף יעדער מענטש זיך גוט בודק זיין, און זיך זייער חושד זיין טאמער איז זיין וועג נישט די ריכטיגע, און ער זאל זיך נישט פארלאזן אז אסאך מענטשן גייען אין די וועג וכו’ וכו’, און זיי האבן מצליח געווען. ווייל מען דארף מברר זיין פון דער נאנט יעדן וועג וואס מען מיינט אז עס איז גוט, פון א מענטש א בעל השגה, און זיך נישט פארלאזן אויף דאס וועס מען הערט סתם פון דא און פון דארט. נאר יעדער מענטש מוז נאכקוקן זיינע וועגן מיט א זייער שטארקע טיפקייט, און זיך מתחנן זיין זייער זייער בעטן דעם באשעפער, ער זאל אים העלפן און אים מכוון זיין צום אמת, ער זאל זוכה זיין צום ריכטיגן וועג וואס זאל אים דערנענטערן צו השי”ת.

און אפילו זיין וועג איז שוין טאקע יא אמת, דארף מען מתפלל זיין ער זאל צו דעם זוכה זיין און פארשטיין ווי עס דארף צו זיין, ווייל אסאך מאל איז די וועג טאקע ריכטיג, אבער דער מענטש פארשטייט עס נישט. סוף דבר דער מענטש זאל זיך אויסקלייבן א ריכטיגע וועג עס זאל אים ברענגען צו דביקות בה’, און ער זאל זייער שטארק בעטן השי”ת אז מען זאל אים העלפן צוקומען צו די פאסיגע וועג עס זאל אים ברענגען צום אמת.


ב | אמונה - שיש בורא לעולם

מד
נאכדעם וואס מיר האבן שוין מברר געווען אז דער תכלית און דער חוב פון דעם מענטש איז נאר דביקות בה’ און קירבת ה’, און דערפאר דארף דאס זיין זיין גאנצע שטרעבונג. יעצט וועלן מיר פראבירן מסביר זיין דעם דרך חיים, ווי אזוי דער מענטש זאל לעבן אויף די וועלט אין עוה”ז אין א ריכטיגן אופן, עס זאל אים ברענגען צו א מצב פון קרבת ה’ און דביקות בה’.

מיר וועלן שרייבן פשוט’ע זאכן, וואס פון גרויס פשטות זעט עס אויס דעם מענטש אז ער ווייסט זיי שוין וכו’ וכו’, אבער ווער עס פארשטייט די פנימיות פון עבודת ה’, ווייסט אויך אז די גאנצע עבודה פון מענטש איז צו הארעווען דוקא אויף פשוט’ע באוואוסטע זאכן. ווי דער רמח”ל זאגט אין מסילת ישרים, “וכמה דפשוט מעליא טפי” – וואס פשוט’ער איז בעסער.

די ריכטיגע נקודה וואס מען מוז געדענקען במשך די גאנצע צייט איז, אז מען דארף אננעמען די זאכן מיטן גאנצן פשטות, און מקיים זיין בפשטות. וואס מער מען איז עס מקיים מיט פשטות,אלס נענטער איז מען צום אמת און צו הקב”ה. און וואס מער דער מענטש וועט עס ניצן מיט זיין קאפ, מיט אלע שכל’דיגע חשבונות און צופיהל אריינטראכטן אין יעדע זאך, אזוי דערווייטערט ער זיך ח”ו פון דעם אמת און פון הקב”ה. מען דארף פארשטיין אז דער פנימיות’דיגער סוד פון לעבן איז א וועלט פון א פשטות אין נפש. “אלקי נשמה שנתת בי טהורה היא” און אזוי ווי א קינד וואס איז נאך ריין און לויטער, פארשטייט פשוט’ע זאכן, אזוי איז דער נפש, דער פנימיות פון מענטש, די נקודת הטהרה פון אים, דארף נאר, און קען נאר דערהערן פשוטע זאכן. און כדי צו אויפוועקן דעם נקודת האמת אין נפש, וואס איז א ריינער לויטערער אידישער פונק, מוז מען זיך באניצן מיטן כח פון פשטות, דאס איז דער שליסלפונקט אויפן גאנצן וועג וואס מיר וועלן יעצט לערנען.

מה
אויך שומרי תורה דארפן לערנען אמונה
וואס איז די נקודה וואס יעדער מענטש מוז אנהייבן ארבעטן? די הכרה אז עס איז דא א בורא עולם! א פשוט’ע קלארע איינערקעניש אז עס איז דא א בורא עולם. פשוט זעט עס אויס פאר מענטשן אז די ידיעה דארף מען נאר לאזן וויסן פאר מענטשן וואס האבן נאך דערווייל נישט זוכה געווען צו היטן אידישקייט, און צו אזא מענטש איז וויכטיג צו לאזן וויסן און אויפווייזן אז עס איז דא א בורא עולם מיט אלע אופנים און אלע הוכחות, אבער א מענטש וואס איז געהאדעוועט געווארן ביי מאמינים בני מאמינים, וואס היטן זייער שטארק תורה און מצוות, און זייערע אלע טעג זענען זיי איינגעווארצלט און איינגעזונקען אין א וועלט פון תורה און מצוות, וואס דארף מען זיי לאזן וויסן אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, צו ווייסן זיי עס נישט??!!, די פשוט’ע מחשבה וואס געפינט זיך ביי א מענטש איז, אז אויף די נקודה אז עס איז דא א באשעפער, דארף מען בכלל נישט ארבעטן, עס איז דאך אזוי פשוט און קלאר. די וועלט פון עבודת ה’ הייבט זיך אן אסאך א העכער. אבער דאס איז דער טעות, יעדער מענטש מוז הארעווען אויף די פשוט’סטע נקודה וואס איז נאר דא, שיש בורא לעולם! עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט!!

מו
א ביישפיל
אבער די מחשבה פון מענטש פרעגט נאך אלעס, וואס פעלט מיר אין די אמונה אז עס איז דא א באשעפער? צודען דארף איך לערנען די באהעלטענישן פון די הנהגה, און פילוסופישע זאכן? אבער נישט דאס מיינען מיר! אונז רעדן יעצט פון זייער פשוט’ע אמונה, אמונה אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט. און כדי צו פארשטיין פארוואס דארף מען ארבעטן אויף דעם וועלן מיר מקדים זיין מיט א משל, וואס וועט אונז געבן א קלארקייט צו די זאך.

א מענטש האט געוואונען א גורל 20 מיליון דולר, דער מענטש וואס האט עס געוואונען, איז זיין גאנצע מחשבה איז נאר אין דעם, ווען ער גייט, ווען ער ליגט, ווען ער שטייט אויף, ער גייט אין גאס טראכט ער פון דעם, ער לייגט זיך שלאפן קלערט ער פון דעם, און עס איז אים זייער שווער צו אפהאקן זיין מחשבה פון די גרויסע גליק וואס איז אים צוגעפאלן, און פון די מחשבה וואס ער זאל יעצט טאן מיט די געלט וכו’ וכו’. אבער איינער וואס האט נישט געוואונען, ער האט נאר געהערט דעם נאמען פון דער מענטש וואס האט געוואונען, ער טראכט נישט צופיהל אריין אין דעם.

לאמיר זיך מתבונן זיין אין דעם אונטערשייד פון דעם וואס האט געוואונען, און צווישן דער וואס האט נישט געוואונען. ביידע ווייסן פונקטליך ווער עס האט געוואונען, אבער דער וואס האט געוואונען, זיין גאנצן מוח איז אנגעפילט און צוגעקלעפט צו די מחשבה, משא”כ דער וואס האט נישט געוואונען, ער ווייסט די זעלבע ידיעה ממש, אבער ער איז נישט מקושר און צוגעקלעפט צו די ידיעה, עס נעמט אים נישט ארום, עס כאפט נישט זיין גאנצן הארץ און מחשבה.

פון דעם משל וועלן מיר אביסל בעסער פארשטיין דער נמשל לגבי אמונה. אלע ווייסן מיר אז עס איז דא א בורא עולם, אבער די שאלה איז אויב דאס איז א ידיעה אזוי ווי דער וואס האט געוואונען, אדער א ידיעה אזוי ווי דער מענטש וואס האט נישט געוואונען. דאס מיינט צו זאגן די ידיעה אז עס איז דא א בורא עולם איז א ידיעה וואס פילט אן אלע מחשבות אין מוח און הארץ, אדער עס איז סתם א ידיעה וואס דער מענטש ווייסט עס, אבער ער איז נישט מחובר צו די ידיעה יעדע רגע און יעדע שעה ממש.

פון דעם וועלן מיר פארשטיין אז אונז אלע ווייסן אז עס דא א בורא וואס פירט די וועלט, אבער וויפל טראכטן מיר וועגן דעם?? וויפל זענען מיר צוגעבונדן און צוגעקלעפט צו די מחשבה?? די אמונה אז עס איז דא א בורא עולם דארף לעבן אין מוח אין הארץ יעדע צייט און יעדע שעה פשוט ממש. עס איז נישט נאר א ידיעה כללית וואס נעמט ארום דעם לעבן, נאר דאם דארף זיין דער ‘נשמת חיים’ יעדע מינוט און יעדע צייט.

מז
שפירן קלאר אז השי”ת איז דא
מיר האבן געשריבן אויבן אז דער תכלית און חוב פון דעם מענטש איז צו זיין דבוק און קרוב צום בורא, און כדי אז א מענטש זאל זיין צוגקלעפט און מחובר צו א זאך, דארף קודם זיין די זאך, אויב דער מהות וואס צו דעם וויל דער מענטש זיין נאנט עקזיסטירט נישט, ווי אזוי וועט א מענטש זיין צוגעקלעפט צו א זאך וואס עקזיסטירט נישט? די זעלבע כדי א מענטש זאל קענען זיין דבוק אין ה’, מוז ער קודם מרגיש זיין מיט א שטארקע קלארקייט אז השי”ת איז קיים. אויב א מענטש פארבירט זיך דערנענטערן צו השי”ת נאך פאר א מענטש שפירט אז השי”ת איז קיים, הייסט עס פעלט אים אין די הכרה פון מציאות הבורא, און ממילא אינעווייניג אין זיין הארץ פראבירט ער זיך דערנענטערן צו אזאך וואס ביז דערווייל שפירט נישט זיין הארץ קלאר אז ער איז קיים. און דערפאר איז דער אנהייב עבודה אז יעדער איד און איד זאל קודם אזוי ווי אנטאפן אין הארץ ממש מיט אמונה חושית אז עס איז דא א בורא עולם, און נאכדעם קען ער פראבירן זיך דערנענטערן צו השי”ת.

מח

חכמה בינה דעת

עס איז דא חכמה, בינה, ודעת. חכמה: איז צו וויסן די זאכן וואס עס שטייט פונקטליך. בינה: איז צו פארשטיין גוט גוט די זאכן. דעת: איז א התקשרות צו די זאך, אז זיין גאנצער מענטש איז צוגעבונדן צו די זאך. עס שטייט “ובדעת חדרים ימלאון”, דאס מיינט צו זאגן אז די אלע ווינקאלאך פון הארץ איז אנגעפילט מיט די ידיעה, און דער גאנצער מהות איז אוועקגעגעבן פאר די ידיעה, דאס איז א גאנצער שלמות’דיגער דעת. א זאך וואס א מענטש ווייסט עס אבער עס נעמט נישט ארום זיין גאנצע הארץ און מחשבה, דאס איז גאר א קליין חלק פון דעם דעת. א גאנצקייט פון דעת איז נאר ווען א מענטש איז מקושר און צוגעקלעפט צו די ידיעה יעדע מינוט און יעדע שעה מיט אלע זיינע סטרונעס פון הארץ און נפש.

מט

דער חילוק פון חכמה בינה און דעת

מען דארף פארשטיין אז אין די ידיעה אז עס איז דא א בורא עולם, איז דא א בחינה פון חכמה, בינה, דעת. “חכמה” און “בינה” איז ווען א מענטש ווייסט אז עס איז דא א בורא עולם און די זאך איז אים גוט גוט קלאר אז עס קען נישט זיין אנדערש. אבער “דעת” איז ווען די ידיעה אז עס איז דא א בורא עולם איז תופס זיינע אלע מחשבות פון מוח און הארץ. מען דארף פארשטיין אז צו מכיר זיין א זאך מיט א הכרת הנפש וואס איז צוגעבונדן אין נפש, איז נישט גענוג “חכמה ובינה”, נאר מען מוז האבן צו דעם דעת.

א זאך וואס איז נאר מיט א השגה פון חכמה און בינה, מוז דאך זיין אז דער נפש שפירט נישט אין זיין גאנצע פנימיות די זאך, ווייל דער כח פון נפש צו מכיר זיין א זאך גוט, זיין צוגעבונדן צו אזאך, איז נאר ווען א מענטש איז זייער שטארק מחובר און מקושר צו דעם. דאס איז א גרויסע יסוד וואס רבותינו ז”ל האבן מגלה געווען. אז א מענטש וואס הכרת בוראו איז נאר אין מדריגה חכמה ובינה, אבער ער טראכט נישט פון דעם אויבערשן א גאנצע צייט, מוז זיין אז אין פנימיות הנפש פעלט אים זייער אסאך פון הכרת הבורא. זי איז קען נישט דעם בורא גענוג, נישט הכרת השכל (וואס דאס איז חכמה בינה) נאר הכרת הלב, הכרת החוש. דער כלל פון די זאך איז, אז א מענטש וואס וויל מכיר זיין באמת אין דעם באשעפער, מוז זייער שטארק זיין אז זיין מחשבה זאל זיין קבוע און מקושר אין בורא עולם, און נאר דעמאלס וועט ער זוכה זיין צו א הכרת הנפש אין דעם אויבערשטן.

נ
האבן א שאיפה צו אים געדענקען
קומט אויס אז ווער עס זוכט דעם אמת מוז קודם קלאר מאכן די אמונה פשוטה אז עס איז דא א באשעפער. די ערשטע נקודה וואס דער מענטש מוז אנהייבן איז, צו מברר זיין און מחליט זיין ביי זיך, אז אין שכל גלייבט ער קלאר אז עס איז דא א באשעפער, אזוי ווי מיר האבן באקומען מסורת אבות (נישט דורך חקירה וואס די גדולים האבן מרחק געווען). נאכדעם וואס ער האט זיך קלאר געמאכט אז אין זיין שכל גלייבט ער אמונה שלימה אז עס איז דא א באשעפער, יעצט איז זיין ארבעט צו לעבן מיט די ידיעה יעדע מינוט און יעדע שעה.

אוודאי איז נישט מעגליך פלוצלונג צו לעבן מיט די ידיעה יעדע מינוט און יעדע צייט, אבער קודם זאל ער האבן א שאיפה צו לעבן מיט דעם זכרון אין הארצן אז עס איז דא א בורא. און למעשה כדי צו צוקומען צום תכלית, דאס ווערט געטאן בהדרגה צוביסלאך, און אזוי ווי מיר וועלן ווייטער ערקלערן ווי אזוי איינצוקויפן די זאכן צוביסלעך און בעז”ה זוכה זיין צו לעבן א גאנצן טאג מיט די מחשבה אין הארץ: “עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט”.

פאר דער מענטש הייבט אן צו ארבעטן מיט דעם, מוז אים זיין קלאר: אז א מענטש וואס לעבט שטענדיג מיט די מחשבה אין הארץ אז עס איז דא א בורא עולם, און א מענטש וואס לעבט נישט אזוי זענען 2 וועלטן ממש, און זענען אינגאנצן אנדערש איינער פון צווייטן. ווייל דאס איז נישט נאך עפעס א מדרגה, נאר אינגאנצן א אנדער מהות פון לעבן, עס איז גאר א אנדער וועלט. עס איז דא א לעבן צוזאמען מיטן באשעפער, און עס איז דא א דמיונ’דיגער לעבן, כאילו אן דעם אויבערשטן. א מענטש וואס לעבט מיטן בורא עולם גייט ער אריין אין גאר א אנדער וועלט, מען קען עס נישט געבן צו פארשטיין אויפן פאפיר. אבער ווען דו וועסט זוכה זיין צו דעם אי”ה, וועסטו זיך שפירן א אנדער מענטש, אזוי ווי עס שטייט אין רמב”ם הלכות תשובה “איני אותו אדם כלל” איך בין נישט דער זעלבער מענטש.

נא
מיט דעם ווערט ער א אנדער מענטש אינגאנצן
א מענטש וואס לעבט “שטענדיג” מיט די מחשבה אז עס איז דא א בורא עולם, דאס מיינט אז מיט די מחשבה שטייט ער אויף, און מיט די מחשבה וואשט ער זיך די הענט, און מיט די מחשבה בענטשט ער, און מיט די מחשבה גייט ער שלאפן, און מיט די מחשבה לעבט ער ווי לאנג ער לעבט, דער לעבן מיט די (טייערע) מחשבה אליין, אפילו ער וועט נישט זוכה זיין צו ממשיך זיין צו משיג זיין העכער (זאל השי”ת אונז העלפן אז מיר זאלן יא זוכה זיין צו ממשיך זיין העכער) קען די מחשבה אליין איבערדרייען זיין גאנצן לעבן, דער גאנצער צוגאנג פון זיין לעבן וועט זיך איבערדרייען פון איין עק צום צווייטן, א אינערליכע ערנסקייט, און ער וועט לעבן מיט א טיפע פנימיות’דיגע תכלית וואס וועט אים אוועקשטעלן מיט א פעסטקייט און גליקליכקייט, עס איז נישט דער זעלבער מענטש! אויך אנדערע מענטשן וועלן שפירן אז עפעס איז דער מענטש נישט דער זעלבער.

דער מענטש דארף פארשטיין און עס ארייננעמען גוט אין הארצן, אז דער פשוט’ער בסיס וואס ווערט געפאדערט פון יעדן איד – צו א מאן צו א פרוי, עס איז גארנישט קיין שום חילוק – ווערט געפאדערט אז די צורה און אויפפירונג פון לעבן זאל זיין מיט השי”ת אין מוח און הארץ. אין א פארעם וואס דער מענטש לעבט מיט השי”ת, עסט מיט השי”ת, גייט שלאפן מיט השי”ת וכו’ וכו’, דער גאנצער לעבן זאל זיין מיט א מחשבה וועגן השי”ת, און כדי דאס צו דערגרייכן דארף מען נישט זיין קיין גאון, און נישט עפעס א ספעציעלער בעל כשרון, עס איז גענוג פארדעם א פינטעלע אמת אין הארץ צו זוכן דעם אמת, און זוכן דעם באשעפער וואס דאס איז דער תכלית אין לעבן. און וויבאלד עס איז באוואוסט און קלאר אז דער תכלית איז נאר מיט השי”ת און ביי השי”ת, די נאנטקייט און דעם צוגעבונדקייט צו אים, דערפאר איז די ערשטע מחשבה וואס ער דארף הארעווען אויף דעם איז צו געדענקען בכל עת ובכל שעה אז עס איז דא א בורא עולם.

נב
וואספארא טייערער אוצר דאס איז, צו לעבן מיט אים
עס איז נישט מעגליך אויסצודריקן מיטן מויל וואספארן טייערן וואונדערליכער אוצר איז די ידיעה פון טראכטן פון השי”ת. אלע גאלד און זילבער זענען גארנישט געגליכן צו די טייערקייט פון די ידיעה. עס איז א אוצר וואס האט נישט קיין גלייכן, דאס איז א אוצר וואס האט א כח צוברענגען דעם מענטש צו זיין גאנצער שלימות, צו קירבת ה’ און דביקות בה’. (דאס מיינט צו זאגן אז די מחשבה ענטוויקלט אין אים א ריכטגע צוגאנג פון קיום תורה און מצות) אויב א מענטש וואלט געוואוסט די גרויסקייט פון דעם אוצר, וואס דאס איז צו גיין מיט א פשטות מיט א מחשבה אז עס איז דא א בורא עולם, און טראכטן פון דעם זייער אסאך, וואלט ער נאכגעלאפן דעם טייערן אוצר פאר יעדן פרייז אויף דער וועלט, און אפגעלאזט אלע מיני עולם הזה’דיגע זאכן מיט זיינע הבלים, און זיך מדבק געווען זייער שטארק צו די מחשבה יעדע מינוט (זולת זמן עסק התוה”ק) אבער דער רצון פון השי”ת, אז פאר מען הארוועט נישט זייער שטארק צו קונה זיין די השגה פון נישט וועלן אויפהערן טראכטן פון השי”ת, קען מען נישט שפירן ווי טייער און וואונדערליך איז די עצה, וויפל גליק און פרייד נעמט ארום דעם מענטשן וואס ער האט עס קונה געווען. ווייל דער אויבערשטער וויל מען זאל אים קודם דינען מיט אמונה אן קיין הרגשות מיט געפיהלן, און נאר נאכדעם איז מען זוכה צו ‘טעמו וראו כי טוב ה”.

נג
וויפל מ’טוט אין דעם אויף דער וועלט אזוי איז מען זוכה אין ג”ע.
דער גאון מוילנא זאגט אז דער גרעסטער צער וואס איז דא פארן נפש איז ווען א מענטש ווערט נפטר, און ערשט יעצט זעט ער וואס ער וואלט געקענט דערגרייכן ווען ער האט נאך געלעבט, און ער האט עס נישט געטאן. אויף דעם איז דער צער פון נפש אומבעשרייבליך. עס איז דא א אונטערשייד הימל צו ערד צווישן אויב דער מענטש וועט קומען אין גן עדן מיט די ידיעה אדער אן די ידיעה (דאס מיינט ער האט מקיים די זאכן און זוכה געווען צו א בחינה פון דעת). דער פלאץ אין גן עדן פאר א מענטש וואס האט געהארוועט צו טראכטן פון השי”ת וואס מער, איז נישט פארצושטעלן. דער מענטש וואס לעבט מיט דעם געדאנק, און ער לעבט אזוי א גאנצע צייט, איז דאך זיין פלאץ אסאך גרעסער, ווייל ער איז דאך נענטער צו השי”ת. דער גאנצער פנימיות’דיגער ענין פון גן – עדן, איז צו זיין נאנט צו השי”ת. און דערפאר וואס א מענטש טראכט מער פון השי”ת און לעבט מיט אים אין אלע באהאלטענישן פון הארץ, אזוי איז זיין פלאץ אין גן-עדן אסאך נענטער צו השי”ת.

די זאכן זענען זייער קלאר און באוואוסט און פשוט פאר די וואס קענען די פנימיות’דקייט פון לעבן, אבער דער יצר הרע גיט דעם מענטש חשק צו לעבן אויבערפלעכליך נאר מיט חיצוניות, כדי דער מענטש זאל נישט כאפן און פארשטיין די גרויסקייט און טיפקייט און טייערקייט און זיסקייט און פראכט פון די עצה צו לעבן מיט השי”ת יעדע מינוט און יעדע שעה ממש. וואס מער די ידיעה אז עס איז איז דא א בורא עולם וועט אריין דרינגען אין נבכי הנפש אין אלע חלקים פון אונזער פנימיות’דיגער נפש, וואס מער טיפער און טיפער און עס וועט אנפילן אונזער הארץ, אזוי וואקסט און ווערט גרעסער די נאנטקייט צו השי”ת, סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט, און ער וועט זוכה זיין צו זיין נענטער און נענטער צו השי”ת לנצח נצחים. און פאר קערט ח”ו וואס מער א מענטש איז ווייט אין די פנימיות פון זיין הארץ פון דעם קשר אין הארצן מיט השי”ת, אודאי וועט ער באקומען שכר אויף די אלע גוטע מעשים וואס ער האט גיטאן, אבער ער ווערט אן דעם עיקר עומק השכר וואס דאס איז להתענג על ה’. מען דארף פארשטיין אז דאס איז די גאנצע נקודה פון לעבן, צו זיין מקושר און דבוק צו השי”ת בכל מצפוני הלב מיט אלע געפילן פון הארץ, דורך לימוד התורה און קיום המצות.

נד

דע לפני מי אתה עמל

וויפל עס זעט אויס אז די פשוט’ע נקודה (צו געדענקען שטענדיג דעם אויבערשטן) איז נישטא קיין קלארערע זאך פון דעם, אזוי אבער איז די ווייטקייט פון דעם מענטשן פון דעם זייער גרויס. א מענטש קען לערנען רוב שעות פון טאג און נאכלויפן אן א שיעור מעשים פון חסד, און מקיים זיין אלע מצות קלה כחמורה, און מיט דעם אלעס טראכט דער מענטש כמעט נישט פון השי”ת, ער געדענקט נישט מיט וועמען ער האט דא צוטאן. און דער חזון איש האט שוין געשריבן א בריוו פון הדרכה, און צום סוף שרייבט ער “דער עיקר איז צו געדענקען פארוועמען דו הארוועסט”. א מענטש קען זיין א עמל בתורה ובמצוות, און ער האט א קלארע וועג, מיט מסודר’דיגע הדרכות, אבער ווען ער געדעקנט נישט פארוועמען ער טוט, פעלט אים דער עיקר.

נה
א ביישפיל
דער מענטש זאגט צו זיך, צודען געדענק איך נישט וועמען איך דין, א ודאי געדענק איך, עס איז מיר קלאר מיט די גאנצע קלארקייט אז איך דין השי”ת? כדי צו פארשטיין וואס איז דער טעות וועלן מיר עס געבן פארשטיין מיט א משל: א מענטש זיצט ביים טיש און עס ליגט פאר אים מאכלים, פלייש, קארטאפל, רייז וכדו’, ער זעט די מאכלים, אבער אין די מינוט וואס ער וויל גיין עסן, זאגט מען אים אז מען גיט אים נישט קיין רשות צו עסן, און ער בעט נאכאמאל, ענטפערט מען אים וואס פעלט דיר עס אויס? פארוואס דארפסטו עס עסן, דו ווייסט דאך אז די מאכלים זענען דא, און דו זעסט עס, איז צו וואס פעלט דיר אויס עס צו עסן?.. עס איז דאך זיכער קלאר אז די ידיעה אז עס איז דא עסן, און זען די עסן, מאכט נישט זאט דעם נפש, כל זמן דער מענטש ווייסט נאר, און די עסן איז מחוץ לגופו, איז ער נישט זאט, און נאר ווען די עסן גייט אריין אין זיין גוף, און דער עסן ווערט פארדייט אין זיין מאגן, נאר דעמאלס איז ער זאט.

דער משל וועט אונז אביסל מסביר זיין, און ערקלערן אביסל צופארשטיין דעם נמשל, דער עיקר איז צו געדענקען וועמען מען דינט. עס איז דא א ידיעה וואס איז א ידיעה אזוי מען ווייסט אז עס איז דא עסן, און ער קען עס נישט עסן. און עס איז דא א ידיעה וואס דער וויסן די ידיעה איז אריין טיף אין דעם מענטש, און דאס איז ענדליך צו דעם מאכל וואס איז אריין אין גוף און עס געפינט זיך אין זיין מאגן.

ווען די ידיעה פון “לפני מי אתה עמל” איז א כללית’דיגע ידיעה ביים מענטש, אבער ער איז זיך נישט מתבונן אין דעם יעדע צייט,איז די ידיעה א חיצוניות’דיגע ידיעה, דער מענטש לעבט נישט די ידיעה, ער פארזוכט נישט פון דעם, איז עס פונקט ווי דער מענטש ווייסט אז די עסן איז דא, אבער ער עסט נישט פון דעם. ער ווייסט די ידיעה אבער ער איז נישט מתבונן און ער לעבט נישט מיט דעם, איז עס א ידע שכלי נישט קיין ידע לבבי, א ידע שכלי איז סתם א ידיעה און דער עיקר פעלט אים. דער עיקר עבודה פון מענטש איז, אז די ידיעה “לפני מי אתה עמל” זאל זיין א פנימיות’דיגע ידיעה וואס גיט חיות, און כדי די ידיעה זאל זיין א ידיעה פנימית, מוז זיין אז דער מענטש מוז קודם גיין מיט די מחשבה יום יום שעה שעה טאג נאך טאג, די פשוט’ע מחשבה פארוועמען הארעווע איך, און געדענקען די פשוט’סטע זאך אין דער וועלט אז עס דא א בורא עולם.

און דאן ווען זיין מחשבה וועט זיין קבוע און דבוק אין דעם שטענדיג, מיט א פשוט’ע מחשבה אז עס איז דא א בורא עולם, איז לאנגזאם לאנגזאם וועט אריינדרינגען די ווערטער אין זיין הארץ, און די ידיעה אז עס איז דא א בורא עולם וועט נישט בלייבן סתם א ידיעה נאר אין שכל, נאר עס וועט ווערן א ידיעת הלב, און ווען עס וועט ווערן א ידיעה אין הארץ וועט דער מענטש לעבן די ידיעה, און די ידיעה וועט אים גיבן חיות.

“צדיק באמונתו יחיה” מיינט צו זאגן אז ער באקומט חיות פון דעם אליין וואס ער האט אמונה אין דעם אויבערשטן. ווען די ידיעה איז א ידיעה שכלית, קען מען באקומען אטראפ חיות, אבער ווען די ידיעה פשוטה אז עס איז דא א בורא עולם איז אין הארצן, דאם שעפט ער זיין גאנצן חיות פון דעם.

נו

טעמו וראו כי טוב ה’

דער פסוק זאגט “טעמו וראו כי טוב ה'”, דער מענטש דארף פארזוכן און זעהן די גוטסקייט פון דעם אויבערשטן כביכול, ווי קען עס א מענטש פארזוכן? עס איז דאך נישט קיין עסן וואס גייט אריין אין מויל און מען שפירט עס? עס איז קלאר אז ווען א מענטש ווייסט א ידיעה פון שכל, קען מען עס נישט פארזוכן. אבער ווען דער וויסן איז א ידיעה פון הארץ איז די הארץ מרגיש די זאך און שפירט קלאר און פילט א זיסן טעם. און נאכדעם שטייט “וראו”. דאס מיינט צו זאגן אז עס איז נישט די זעלבע אמונה פארן פארזוכן אדער נאכן פארזוכן די אמונה. בכלל די גאנצע מהות פון אמונה באקומט א פנים חדשות. ווען די ידיעת האמונה ווערט א ידיעה אין הארץ בחוש, דאס איז גאר א אנדער אמונה.

נז
ווי פארזוכט מען עס
“טעמו וראו כי טוב ה'”. ווי פארזוכט מען עס, מיט א גאפל אין מויל? מען דארף עס טאקע פארזוכן, אבער נישט מיט די זעלבע כלים וואס מען ניצט ביים עסן, די טעימה איז א טעימה פון נפש, א טעימה פון הארץ, א טעימה פון די נשמה. וואס מער דער מענטש טראכט אז עס איז דא א בורא עולם, איז ער נענטער צום טעמו וראו כי טוב ה’, און וואס מער ער וועט טראכטן אזוי, וועט ער זוכה זיין ממש יעדע מינוט צו דעם גוטן טעם פון להתענג על ה’ אויך אויף דער וועלט. אבער אויב ער ווייסט נאר די זאכן, און ער איז נישט מתמיד מיט די מחשבה, בלייבט עס נאר א ‘ידע שכלי’ וואס מיט דעם קען מען נישט פארזוכן כי טוב ה’, און דער נפש ווערט נישט ניזון דערפון, ער דערשפירט עס נישט, עס איז נישט קיין טעימה פון הארצן און פון די נשמה, און אזוי קען ער מיט זיינע אייגענע הענט פארלירן די זכיה צו מרגיש זיין דעם ‘טעמו וראו כי טוב ה”.

עס איז באוואוסט אז גער תכלית פון די בריאה איז להטיב לנבראים, ה’ האט באשאפן די וועלט כדי צו מטיב זיין. וואספארא להטיב מיינט מען דא? מען מיינט דא דער טעמו וראו כי טוב ה’. און אויסער דעם וואס מענטשן מיינען אז עס איז גוט, איז נאריש און פאלש. נישטא נאך אזא גוטס ווי צו זיין קרוב צום בורא עולם, און אים צו שפירן אין פנימיות פון הארץ, און צו פארזוכן דעם זיסקייט פון זיין נאנטקייט, מתיקות זכרו יתברך. און דערפאר ווערט די תורה אנגערופן טוב, “כי לקח טוב”, ווייל דורך די תורה קען מען פארזוכן די זיסקייט פון השי”ת כביכול.

נח

דער עיקר געדענקען פארוועמען מיר טועהן

מען דארף וויסן אז די נקודה פון די טראכטן פון השי”ת איז א יסוד און א שליסל ארייציגיין אין דעם פנימיות’דיגער נפשית’דיגער לעבן. ווייל א לעבן אן די מחשבה איז א חיצונית’דיגער לעבן. מען דארף פארשטיין אז דער שליסל פון גאנצער לעבן איז טראכטן פון ה’, טאקע לערנען תורה און מקיים זיין מצות, אבער דער עיקר געדענקען פארוועמען מיר טועהן דאס. און אויף דעם אופן איז די תורה און מצוות ווי עס דארף צו זיין, און אלע מעשים זענען אויפן ריכטיגן וועג. און מיט דעם שליסל קען מען עפענען אלע טויערן וואס זענען פארמאכט און פארשלאסן פארן מענטש וואס זיך דערנעטערן צו השי”ת. און וואס טיפערער ער וועט אריינגיין אלס מער וועט ער זוכה זיין מער און מער צו פיהלן דעם זיסקייט פון טעמו וראו כי טוב ה’ נאך אויף די וועלט.

נט
זוכן די אמונה פאר יעדן פרייז
יעצט לאמיר דערנעטערן די זאכן צו דעם טאגטעגליכן לעבן, אויפצוווייזן דעם מענטש ווי אזוי מען לעבט בפשטות מיט הקב”ה. כל זמן וואס דער מענטש האט נישט קיין ריכטיגע קלארקייט אז דער גאנצער מהות פון זיין לעבן איז נאר צו זוכן דעם אויבערשטן, און אים צו טרעפן, וועט דער וועג נישט נושא חן זיין אין זיינע אויגן, און ער וועט נישט פארשטיין די טיפקייט פון דעם מהות. נאר ווען דער מענטש וועט אריינטראכטן און פארשטיין און מחליט זיין און אנהייבן שפירן אין זיין הארץ, אז זיין גאנצער לעבן איז נאר צו איין זאך, זוכן דעם באשעפער און זיך באקענען מיט אים און זיך דער נענטערן צו אים, דאן וועט ער קענען מקבל זיין די זאכן מיט א גלייכקייט, און ער וועט זיך ריכטיג מתייחס זיין צו דעם מיט א ערנסקייט, און וועט אריינטראכטן און פארשטיין אז אין די נקודה ליגט זיין גאנצן חיות.

ווייל עס איז נישטא קיין וועג וואס עס איז אן שווערקייטן, אויך איז נישטא בדרך כלל קיין קפיצת הדרך, און מען דארף גיין בהדרגה צוביסלאך. און וועגן דעם אויב דער עיקר הארץ פון א איד שפירט און פארשטייט מיט די גאנצע מאס קלארקייט, אז זיין גאנצן לעבן איז נאר צו זוכן הקב”ה, איז אפילו ער וועט לאורך כל הדרך האבן כשלונות און נפילות וועט ער זיך נישט מייאש זיין. ווייל סוף כל סוף פארשייט ער אז ס’איז נישטא קיין ברירה, און מען מוז נאכאמאל זוכן השי”ת פאר יעדן פרייז, ווייל עס איז נישטא דא אויף דער וועלט עפעס אנדערש, דאס איז דער גאנצער לעבן, חיפוש הבורא וקרבתו. און ווען ער וועט האבן א ירידה, וועט אים נישט איינפאלן אזא געדאנק צו אויפהערן, און גיין זוכן עפעס אנדערש, ווייל עס איז אים קלאר אז דאס איז דער גאנצער לעבן, דאס איז דער גאנצער תכלית בעוה”ז, און דערפאר איז ער זיך נישט מייאש פון קיין שום ירידה, נאר ער ווייסט אז “שבע יפול צדיק וקם”, און וויבאלד דער וועג וואס דא ווערט געברענגט, איז נישט קיין קורצע וועג, נאר א וועג פון לאנגע טעג, דערפאר אויב דער מענטש האט דעם ריכטיגן בליק אויף דעם ענין, איז ער גרייט מלכתחילה צו א השקעה, איינשטעקן א עבודה פון יארן מתוך א הכרה אז דער גאנצער תכלית פון די יארן איז נאר צו אנקומען צו דעם. אבער אויב א מענטש נעמט זיך צו די וועג ווי א צווייטע זאך אין לעבן, נישט ווי די ווכיטיגסטע חשוב’סטע זאך אין לעבן, וועט ער א שטיקל צייט האלטן די זאך, אבער אויב ער וועט זען, אז די וועג נעמט צו לאנג, וועט ער שפירן אז עס לוינט זיך נישט אזויפיל קאפ און כח צו משקיע זיין אויף די זאך, און זיין רצון וועט זיין צו משקיע זיין בעיקר אין א אנדער חלק פון די מצות וכד’, וואס זעט עס אויס דער עיקר.

דערפאר איז די ווכיטיגע הקדמה פאר יעדן וואס וויל אנהייבן גיין אויף די וועג, אז ער דארף זיך איינווארצלען אין הארצן דער רצון, מיט א פארשטאנד אז דאס איז דער וועג פון א גליקליכן לעבן, און נאר וועגן דעם איז ער דא אויף די וועלט אזוי ווי מען האט ערקלערט פריער.

און אפילו עס וועט אים נעמען יארן קוקט ער עס נישט אן אזוי ווי ער האט מבזבז געווען די צייט, נאר ער פארשטייט אז די גאנצע צייט פון לעבן וואס איז אים געגעבן געווארן, איז נאר פאר די עבודה, צו קענען השי”ת, זיין נאנט צו אים, אים ליב האבן, זיך באהעפטן צו אים, דורך די מיטלען וואס ברענגט צו צו דעם, – קיום התורה והמצות.

ס
די ערשטע מחשבה אינדערפרי
מיר וועלן ערקלערן און דערברייטערן די זאכן מיט א לעבעדיגן בילד: א מענטש שטייט אויף אינדערפרי, געדויערט אים א מינוט צוויי ביז ער קומטו צו זיך. וואס איז זיין ערשטע מחשבה וואס ער דארף טראכטן גלייך ווען ער שטייט אויף? אז ער דארף לויפן כאפן א מנין צום דאווענען? אדער אז ער דארף ממשיך זיין דעם געשעפט וואס ער האלט נאך אין מיטן פון נעכטן? אדער אז מען דארף עפעס א וויכטיגער ענין מסדר זיין היינט? די אלע סארטן מחשבות זענען נישט די עיקר מחשבה פון א איד, א חלק איז פסול, א חלק יא גוט, אבער זיי זענען אלע נישט דער עיקר מחשבה. וואס איז דער עיקר מחשבה וואס ליגט אויף דעם מענטש צו טראכטן גלייך ווי ער שטייט אויף פון בעט?

סא

די מחשבה איז דער יסוד פונ’ם מענטש

דאס איז זייער א פשוט’ע מחשבה: אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. דער מענטש דארף אנהייבן זיין טאג מיט א מחשבה וואס איז דער מערסטער יסוד און בסיס פון זיין לעבן. און דאס איז, אז עס איז דא א בורא עולם! און אויב דער יסוד איז נישט געגאסן און געבויט אין דעם נפש פון מענטש אין א אויפן וואס דער מענטש לעבט עס מיט געפיהל, פעלט אים דער עיקר יסוד און בסיס אין דעם גאנצן עבודת האדם. דאס איז א יסוד וואס אויף איר בויעט מען דעם גאנצן קומת בנין נפש האדם, דער גאנצער שפעטערדיגע בנין אין עבודה איז אויף דעם געבויט.

סב
פשוטע מחשבות בהתמדה
נאכדעם ווען א מענטש געדענקט גוט אין זיין מחשבה אז עס איז דא א בורא עולם, דארף ער זיך מתבונן זיין מיט א פשטות, ווער האט מיר יעצט אויפגעוועקט פון מיין שלאף? ווער גיט מיר כח צו אויפשטיין פון בעט? דו רבונו של עולם. און אזוי רעדט א מענטש מיט השי”ת בפשטות, דו האסט מיר אויפגעוועקט פון שלאף, און איך דאנק דיר פאר דעם. וועגן וואס האסטו מיר אויפגעוועקט? כדי איך זאל דיר דינען ווי עס דארף צו זיין, און וועגן דעם וויל איך אויפשטיין בעז”ה צו א טאג וואס מיין ווילן איז, אז עס זאל זיין אנגעפילט מלא וגדוש דיר צו דינען.

נאכדעם גייט ער אין שוהל, וואס איז די מחשבה וואס איז ריכטיג צו טראכטן, פאר וועמען גיי איך יעצט דעווענען, פארן בורא עולם. איך גיי רעדן מיט אים, אים דאנקען, אים בעטן וכו’ וכו’, אבער דאס איז אלעס אויף דעם יסוד אז די ידיעה זאל זיין איינגעווארצלט נישט אין קאפ, נאר אין הארצן, אז עס איז דא א בורא עולם.

סג
ווי אזוי זיך צוגעוואוינען צו די מחשבה
נאכאמאל, דאס איז דער יסוד און שורש פון די גאנצע עבודה פון מענטש, צו מייסד זיין אינעווייניג אין נפש, אז דער נפש זאל עס מרגיש זיין יעדע מינוט יעדע שעה ממש, אז עס איז דא א בורא עולם. נישט נאר א ידע שכלי, נאר דער גאנצער לעבן זאל זיין איינגעזאפט מיט דעם, און כל כולו זאל לעבן בחוש די פשוט’ע יסודית’דיגע ידיעה אז עס איז דא א באשעפער.

און במשך פון גאנצן טאג, דארף מען גיין מיט א מחשבה פשוטה ביותר אז עס איז דא א בורא עולם, א מחשבה פשוטה, פשוטה שבפשוטים. אן קיין שום טיפע טראכטעניש. (די וואס דארפן יא טיפער אריינטראכטן, דאס איז דורך די קבוע’דיגע צייט וואס ער זיצט אליין מיט דעם אויבערשטן. אבער אגאנצן טאג איז דער עיקר עבודה, א פשוטע מחשבה, וואס עס ווערט קלארער און קלארער דורך’ן פארטיפן זיך אין די באשטימטע צייט הנ”ל) און לעבן מיט די פשוט’ע נקודה אין מוח און דורכדעם צוביסלאך און לאנגזאם וועט עס באלעבן די הארץ מיט די גרעסטע פשט’ות, א ידיעה וואס איז נישט קאמפליצירט בכלל, א קלארע ידיעה אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. דאס איז די צורה פון תחילת העבודה ביי א מענטש וואס וויל זיך אויפבויען א פנימיות’דיגע וועלט, גוט פעסט אוועקגעשטעלט עס צו געדענקען די פשוט’ע מחשבה יעדע מינוט פון טאג. ביים אנהייב זאל ער זיך מאכן דערמאנונגען, סימנים, כדי דאס צו געדענקען. כגון 1 מאל א שעה. נאכדעם וואס ער זעט אז איינמאל א שעה איז דער נפש שוין צוגעוואוינט, זאל ער מצמצם זיין די צייט אויף יעדע ¼ שעה וכדו’, און אזוי לאנגזאם לאנגזאם מער און מער מצמצם זיין די צייט, ביז ער וועט עס געדענקען יעדע פאר מינוט ממש אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!

עס איז כדאי נישט צו טוהן מיט א שנעלקייט, נאר ביסודיות. און נאר ווען דער מענטש פילט אז ער האט איינגעקויפט די ערשטע מדריגה, און דער זיך דערמאנען אין די אמונה ווערט ביי אים נאטורליך, דאן קען ער זיך מתקדם זיין און גיין ווייטער, און מצמצם זיין די צייט אפטער צוטראכטן אז עס איז דא א באשעפער, ביז השי”ת וועט אים מזכה זיין צו געדענקען א גאנצע צייט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.

סד
יעדע מחשבה איז א טראפ וואס לעכערט דעם שטיינערנעם הארץ
די צורה פון אונזער וועג אויף וואס מיר גייען איז בעז”ה א וועג: וואס דורך א פשוט’ע שטילע מחשבה, זייער אסאך מאל טראכטן, נאכאמאל און נאכאמאל, לאנגזאם, לאנגזאם, ווערט אועקגענומען פון מענטש דער ערלת הלב, און די הארץ וועט אנהייבן פיהלן די ענינים פון אמונה ווי עס דארף צו זיין.

דער שורש פון די וועג טרעפן מיר ביי רבי עקיבא, ביי די מעשה פון די וואסער וואס האט געטראפט אויפן שטיין. לאמיר זיך מתבונן זיין: די וואסער איז נישט מער ווי א פשוט’ער טראפ, און נאך עפעס איז וויכטיג צו וויסן, אז די ערשטע טראפ איז דאך ענדליך גלייך צו די צווייטע און צו די דריטע וכו’ וכו’. וואס איז ערקלערט פון דעם משל איז: אז א פשוט’ע טראפ, וואס עס ווערט איבערגעחזר’ט נאכאמאל און נאכאמאל, זייער זייער אסאך מאל, אפילו עס איז אזוי קליין און פשוט, האט א כח צו צושפאלטן א שטיין.

אזוי איז מיט די הארץ פון מענטש, וואס ווערט אנגערופן א לב אבן. דער מענטש דארף חזר’ן א פשוט’ע מחשבה פון אמונה, א פשוט’ער דיבור פון אמונה, נאכאמאל און נאכאמאל, אסאך אסאך מאל, ביז עס ווערט דורך דעם אראפגענומען דער שטיין פון הארץ, און מען איז זוכה צו א לב בשר, א הארץ וואס פיהלט און דערקענט דעם באשעפער.

ווען א מענטש נעמט אט די פשוט’ע נקודה, די מחשבה פשוטה אז עס איז דא א בורא עולם, און דעם פשוט’ן דיבור אז עס איז דא א בורא עולם, און חזר’ט אויף דעם זייער אסאך מאל, דאס האט א מורא’דיגן כח, אז עס קען צושפאלטן די פארשטיינערקייט פון הארץ, און איר אויסלייטערן און זוכה זיין צו א לב טהור, און זיין הארץ וועט שפירן דעם בורא מיט א אמת’ע הכרה.

סה
די איינציגע גוטס וואס עס איז דא
כדי דער מענטש זאל עס קענען מקיים זיין די אלע זאכן מיט א געבויעטער אופן, דארף קודם זיין א פשוט’ע און אמת’דיגע הכרה אין שכל און הארץ. דער רמח”ל שרייבט אין מס”י (פ”א) “און אויב דו וועסט אריינטראכטן וועסטו זען, אז דער אמת’ר שלימות איז נאר דביקות הבורא, און דאס איז וואס דוד המלך זאגט ‘ואני קרבת אלקים לי טוב’, און אויך ‘אחת שאלתי מאת ה” איין זאך בעט איך פון השי”ת, און דאס וויל איך, זיצן אין הויז פון ה’ אלע מיינע טעג, ‘לחזות בנועם ה’ ולבקר בהיכלו’ ווייל נאר דאס איז גוט, און אויסער דעם וואס מענטשן טראכטן אז עס איז גוט, איז פאלש און א טעות”.

מען דארף פארשטיין אז דער פשוט’ער יסוד פון לעבן, אלעס וואס א מענטש האט אין זיין לעבן, סיי אין די וועלט זיי אין די אנדער וועלט לנצח נצחים, איז נאר דעם אויבערשטן. זיך באקענען מיט אים, זיך דערנענטערן צו אים, זיך באהעפטן צו אים. און אויסער דעם וואס מענטשן מיינען אז עס איז גוט, איז פאלש און א טעות, אלעס איז ממש הבל, חוץ פון מכיר זיין דעם באשעפער, וקרבת און דביקות ה’. עס איז גאר נישטא אין קיין שום פלאץ און קיין שום צייט. ווען א מענטש פארשטייט די זאך און טראכט גוט אריין, דארף ער אויפכאפן די פשוט’ע יסודית’דיגע נקודה אז זיינע אלע געשעפטן דארף זיין אגאנצע ציין נאר ארום השי”ת. זיין גאנצער לעבן דארף זיין אין א אופן וואס השי”ת איז אין צענטער און אינמיטן פון יעדן ענין, פון יעדן פלאץ און יעדע צייט. אלעס וואס ער זוכט פון יעדן ענין פון יעדן פלאץ פון יעדע צייט, איז דעם אויבערשטן.

און ווען א מענטש הייבט אן צו פארשטיין אז צו טאן מצוות איז נישט לשם טאן מצוות, נאר אלע תרי”ג מצוות איז פשוט עצות טובות כדי אנצוקומען צום תכלית, דביקות הבורא, און אויך לימוד התורה איז נאר כדי לדבק בקונו, וועט ער פארשטיין אז סיי אין עניני חול און סיי אין עניני קדושה, תורה ומצוות, דארף ער דארט גארנישט זוכן און אינזינען האבן, אויסער זיך דערנענטערן מער און מער צו השי”ת. דאס מיינט צו זאגן, א מענטש זאל זיך נישט פארטיפן אין די חיצוניות פון די זאכן, נאר געדענקען אז פון יעדן ענין, סיי גשמי סיי רוחני, דארף ער דער עיקר טרעפן די וועג להתקרב ולהתחבר בהשי”ת דורך דעם ענין וואס ער איז יעצט עוסק.

סו
איין ארבעט איז דא, אלעס מקשר זיין צום אויבערשטן
ווען א מענטש ווען אזוי טראכטן ווי מיר האבן אויבן דערמאנט, דאן וועט די גאנצע וועג וואס מיר רעדן, זיין זייער נאנט דאס צו קענען אויספירן, ווייל דער ציהל פון אונזער דרך איז צו מקשר זיין דעם מענטש פון יעדן פלאץ און פון יעדן מצב צו השי”ת. און אויב די הכרה הנ”ל פעלט, וועט זיין זייער שווער צו גיין אויף די וועג. אבער ווען א מענטש האט דעם הכרת האמת, אז זיין גאנצן לעבן איז “זוכן” זיך צו דערנענטערן צו השי”ת, וועט אים זייער מעגליך זיין אז ער וועט קענען זיך פירן אין דעם וועג, וואס ווערט ערקלערט אין דעם ספר.


ג | בורא ונברא

סז
ביז יעצט האבן מיר ערקלערט די וועג ווי אזוי צו איינקויפן דעם ערשטן שלב, און דאס איז צו זיך דערמאנען אן הארץ די פשוט’ע דערמאנונג אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט.

און יעצט וועלן מיר פראבירן ממשיך זיין צו קומען נענטער צום צווייטן טרעפל, אבער דאס אלעס איז נאר בתנאי אז די ערשטע טרעפל איז שוין זייער איינגעווארצלט און אויפגעבויט מיט א שטארקן יסוד ביי דעם מענטש, דאס הייסט אז די ידיעה אז עס איז דא א בורא עולם איז נישט א ידיעה סתם וואס ער ווייסט עס, און פון מאל צו מאל גייט ארויף דער געדאנק אין מוח, נאר דאס איז א ידיעה וואס לעבט, אגאנצע צייט שפירט ער עס אין נפש. למשל אזוי ווי אמענטש געדענקט בערך וויפל איז דער זייגער, זיין נפש שפירט אז ווען ס’איז פארמיטאג ווייסט ער עס איז נישט 5 אדער 6 נאכמיטאג, להבדיל דער געדענקען אין השי”ת ווערט אויך א נפש’דיגע זאך, און דאס נעמט ארום דעם מהות פון מענטש. אויב מען שפירט נאך נישט אז טראכטן פון השי”ת איז דער טעם אין לעבן, איז נישט כדאי צו ממשיך זיין דעם צווייטן טרעפל. מען דארף אז די וועג אין עבודת ה’ זאל זיין אוועקגעשטעלט פעסט, גיין צו די צווייטע דרגא נאר נאכן פעסטשטעלן די ערשטע דרגא.

סח
קוקן אויף די וועלט אז אלעס איז נאר נבראים
נאכדעם וואס דער מענטש האט זוכה געווען, אז דער טראכטן פון אויבערשטן איז געווארן א חלק פון לעבן, יעצט איז שוין כדאי ארויפגיין צום צווייטן טרעפל.

דער קומענדיגע טרעפל איז די ידיעה פון בורא מיט נברא. א הכרה אין נפש פון מענטש אז ער און דער גאנצער מציאות פון די וועלט, זענען נאר נבראים פון השי”ת. ביז יעצט האבן מיר ערקלערט די ידיעה אז עס איז דא א באשעפער, יעצט וועלן מיר ממשיך זיין צו ערקלערן אז השי”ת האט באשאפן אלע נבראים. א ודאי די ידיעה איז א פשוט’ע ידיעה ביי יעדן מאמין, אבער אונזער ארבעט איז נישט נאר א ידיעה, וויסן אין מוח. נאר אונזער עיקר עבודה איז דאס צו לעבן בחוש, אז די גאנצע שיינע וועלט מיט אלע נבראים, זענען נבראים פון השי”ת.

סט
זיי בודק אויב דו שפירסט אז ה’ באשאפט דיר
פרעה האט געזאגט “לי יאורי ואנכי עשיתיני”. אפי’ ער האט געגלייבט באמונה ברורה אז עס איז דא א באשעפער, פונדעסטוועגן האט ער געמיינט אז נישט ה’ האט אים באשאפן, נאר ער האט זיך אליין באשאפן. דא האבן מיר א מענטש וואס האט געמיינט אזא שטות, אז נישט השי”ת נאר ער אליין האט זיך באשאפן.

אפשר ווען א מענטש טארכטן, אז נאר איינמאל אין די וועלט איז געווען אזא שוטה וואס האט געטראכט אזא נארישקייט אז ער האט זיך אליין באשאפן, אבער וואס האט די מחשבה מיט אונז? עס איז געווען אזא מענטש פרעה, שוין לאנג נישטא אויף דער וועלט ער מיט זיין שטות צוזאמען, און צו וואס דארף מיר איבער חזר’ן זיין שטות?

אבער באמת איז די זאך נישט אזוי. ווייל עס איז מקובל פון אונזערע חכמים ז”ל אז די תורה מיט אלע פרטים ודקדוקים זענען שייך צו יעדן נפש, צו יעדן יחיד ויחיד, און אין יעדן איד איז דא א בחינה פון אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו וכו’ וכו’, און אזוי אויך פארקערט לבן, פרעה, בלעם וכו’ וכו’.

ע
דער כח פון אברהם און פרעה אין יעדן איינעם
מען דארף פארשטיין אז די אלע זאכן זענען נישט קיין רמז אדער סתם אביסל מוסר וואס מיר לערנען זיך אראפ פון די הייליגע צדיקים, און פארקערט זיך דערווייטערן פון מעשי הרשעים. נאר אברהם איז דער כח הטהור פון דעם נפש פון א איד, און אזוי אויך די אלע אבות הקדושים און אלע ז’ רועים. און פארקערט די רשעים, זענען דער כח הטומאה וואס געפינט זיך אין יעדן נפש ממש. ווי דער רמב”ם זאגט, אז פרעה איז דער יצה”ר באמת. דאס מיינט צו זאגן אז אין יעדן נפש איז דא דער כח הרע וואס ווערט אנגערופן פרעה, און די אלע טענות ומענות פון פרעה וואס ווערט געברענגט אין די פסוקים פון די תורה און אין די דרשות פון חז”ל, געפינען זיך אויך אין נפש פון מענטש ממש. עס איז דא א פרעה אין די וועלט און עס איז דא א פרעה אין נפש. יענער פרעה איז שוין טאקע מער נישטא, און אונז האבן יעצט מיט אים גארנישט. אבער דער פרעה פון נפש געפינט זיך יעצט אין יעדן נפש פון כלל ישראל, און מיט אים האבן מיר גאר א וויכטיגער ענין צו מטפל זיין, און מיר דארפן אים גוט קענען, כדי צו וויסן ווי אזוי צו מלחמה האלטן מיט זיינע דעות כוזבות, און מיט די פוסטע מחשבות וואס קומען פון זיין כח.

עא
עס איז נישט אזוי פשוט צו לעבן מיט דעם אז איך בין נאר א נברא חוסר יכולת
און יעצט וועלן מיר גוט פארשטיין אז ביי יעדן איינעם פון אונז איז דא בעומק נפשו א כח וואס זאגט “לי יאורי ואנכי עשיתיני – עס איז מיין טייך אין איך האב זיך געמאכט”. און דעם כח מוזן מיר לערנען ווי אזוי צו מבטל זיין. מיר מוזן פארשטיין אז לעבן מיט אמונה חושית אז איך בין א נברא און אז די גאנצע וועלט איז נאר נבראים פון השי”ת, איז נישט אזוי פשוט ווי עס זעט אויס. עס איז דא א פנימיות’דיגער כח אין דעם מענטש וואס הייסט פרעה, און ער לאזט נישט, און ער פארמיידט צו דאס שפירן און דאס מרגיש זיין מיט א קלארקייט. אויב מיר וועלן איבערהיפערן און זוך נישט מאכן וויסנדיג פון דעם כח הרע וואס געפינט זיך אין אונז, וועט בלייבן אין אונזער נפש א כח וואס איז סותר די גאנצע אמונה פשוטה, און דערפאר מוזן מיר הארעווען צו איינווארצלען אין זיך דעם יסוד און די ידיעה פשוטה, אז מיר זענען נבראים פון השי”ת, און עס גוט פיהלן יעדע מינוט און יעדע שעה.

עב
אן הארווען האט דער מענשט אין זיך א חיות גארטן
לאמיר אריינטראכטן און פארשטיין, אז דער מענטש איז א עולם קטן, און אלעס וואס איז דא אין די וועלט איז דא אויך אין דעם מענטש. קומט אויס אז יעדער כח רע וואס איז דא אין די בריאה, איז דא אין נפש פון יעדן איינעם פון אונז. נאר נישט אלע זענען די זעלבע כחות. עס איז דא כחות וואס זענען בגילוי גדול אין נפש, און עס איז דא כחות וואס זענען ווייניגער אנטפלעקט . אבער פונדעסוועגן יעדער כח און כח וואס איז קיים בעולם איז דא אויך אין נפש פון מענטש.

ר’ ירוחם פון מיר זצ”ל האט זיך איינמאל אויסגעדריקט, אז אין דעם נפש פון מענטש איז דא א גאנצער גן החיות, א לייב, א אקס, א שלאנג וכו’, מיר וועלן יעצט נישט עוסק זיין אין אלע באהאלטענע כחות פון מענטש, מיר וועלן יעצט נאר רעדן וועגן דעם כח פון נפש וואס שפירט אז זי האט זיך אליין געמאכט, אליין באשאפן!! נישט צו ווייט פון דעם זעהען מיר אין די לעצטע דורות, איז דא מענטשן וואס מיינען אז זיי זענען פון זיך אליין באשאפן געווארן. און דער מרחק פון טראכטן אז מען איז פון זיך אליין באשאפן געווארן, צו מען האט זיך אליין באשאפן איז נישט אזוי ווייט. ביידע איז זייער זייער א גרויסער שטות. פונדעסטוועגן דאס אדער דאס איז קיים אין נפש פון מענטש, און אין יעדן נפש איז טיף באהאלטן אזא הרגשה אז ער האט זיך אליין באשאפן אדער פון זיך אליין איז ער באשאפן געווארן.

עג
די באהאלטענע בהמ’ישע כחות שטערן די אמונה אז איך בין נאר א נברא
די כחות אפי’ זיי זענען קיים אין נפש פון יעדן איינעם, אבער פונדעסוועגן געפינט זיך עס נישט בגילוי ביי יעדן איד וואס איז א מאמין, און דערפאר מיינט א מענטש אז אויף די אלע נקודות דארף מען נישט ארבעטן, און ער היפערט אויף די עבודה, און ער הייבט גלייך אן צו ארבעטן אויף העכערע מדריגות. א עבודה אויף דעם אופן איז א יסודות’דיגער טעות, ווייל אפילו די אלע מחשבות זענען נישט בגילוי אין דעם נפש פון יעדן מאמין, פונדעסוועגן טיף אין נפש, מוז זיין אז זיי זענען יא דא. און דער נישט ארבעטן אויף די כחות, לאזט איבער א ליידיגע פלאץ אינעווייניג אין נפש וואס איז נישט געווארן אויסגעלייטערט און אויסגערייניגט. און יעדער ליידיגער חלק שוואכט אפ דעם בנין פון אמונה וואס מיר ווילן בויען אין נפש מיט א טיפן יסוד.

דערפאר איז די ריכטיגע וועג צו אויסגיסן א גוטן יסוד נישט פארהיפערן אויף קיין שום חלק און פרט, אפילו עס זעט אויס אזוי פשוט, און איך דארף בכלל נישט ארבעטן אויף דעם, איז עס אבער נישט אזוי, וויל עס איז באמת נישטא קיין איין שלב, חלק, וואס איז נישטא א צורך צו ארבעטן דערויף.

עד
טיפע געדאנקען אין מענטשן וואס קעגענען די אמונה
דער שורש פון אלע נפילות וואס מיר פאלן דורך אין אמונה, למשל חוסר אמונה חושית אין השגחה פרטית וכדו’, דער שורש פון דעם פראבלעם איז נישט אז עס פעלט אים אמונה אין השגחה פרטית, נאר דער שורש פון דעם איז אסאך פריער און טיפער, עס פעלט א איינגעווארצלטע יסודות’דיגע אמונה גמורה אז עס איז דא א בורא עולם און ער האט מיר באשאפן. א ודאי ווייסט מען עס גאנץ גוט אין מוח, און עס איז נישטא קיין ספק אין דעם, אבער וויבאלד אז טיף אין נפש איז דא א כח וואס מיינט אנדערש, פארקערט, דערפאר איז די אמונה נישט גענוג קלאר, און וויבאלד אז עס פעלט טיף דער בסיס הפשוט אז עס איז דא א בורא עולם, וועט א ודאי פעלן אין ענינים וואס איז א תולדה פון די אמונה פשוטה אז עס איז דא א בורא עולם. און דערפאר מוז מען קודם משריש זיין טיף אין הארצן די אמונה פשוט’ע, די פשוט’עסטע וואס קען נאר זיין, אז עס איז דא א בורא עולם, און ער האט מיר באשאפן!!

עה
אויפוועקן ביי זיך פונקען פון א ליכטיגע אמונה
עס איז נישט קיין חילוק ווי האלט דער מענטש איז, אויב ער האט שוין אויסגעהארעוועט אט די פשוט’ע נקודות, קען ער ממשיך זיין גיין ווייטער, און אויב נישט זאל ער צוריק גיין און אנהייבן פון אנהייב מייסד זיין די עבודה אויף אמת’ע יסודות’דיגע ווארצלען. יעדער מענטש וואס וועט הארעווען אויף דעם אופן, וועט שפירן גלייך נאכדעם וואס עס איז שוין איינגעווארצלט טיף אין זיין הארץ די אמונה פשוטה אין א אופן אז מען שפירט און מען לעבט עס יעדע מינוט, – וועט ער פילן אז א גרויסן חלק פון זיינע שווערקייטן וואס פריער האט אים עס געשטערט, זענען פשוט נעלם געווארן, אדער אסאך שוואכער געווארן. און דאס איז אלעס ווייל כל זמן וואס די ליכט פון אמונה שיינט נישט גוט אין נפש, איז דער נפש אין א גרויסע פינסטערניש. נישטא נאך אזא ליכט נאך אזא זיסקייט בהיר ומבהיק ווי די אמונה פשוטה. ווען דער אור פעלט אין נפש, פעלט אים די ערשטע טהור’דיגע אור, און דער נפש שפירט א טרוערקייט און נישט קיין קלארקייט. און אפילו דעם מענטש איז נישט קלאר וואס עס פעלט אים, און פארשטייט נישט די סיבה פון דעם פינסטערנישט, אבער פונדעסטוועגן דאס איז דער אמת. אז א נפש אן אויסגעהארוועטע ריינע אמונה, פעלט איר די ליכטיקייט פון לעבן, דער אור האורות, דעם אור וואס נאכדעם קומט אויף דעם געבויט אלע אורות פון תורה און מצוות.

מיר וועלן זיך משתדל זיין ב”ה צו ערקלערן די זאכן, כדי דער וואס באגערט און גלוסט און וויל, זאל קענען זוכה זיין צו אמונה פשוטה טהורה אין השי”ת, וואס דורכדעם קויפט ער איין דעם אמת’ן גליק, און דעם געגאסענער יסוד צום גאנצן בנין פון עבודת ה’.

עו

די גרויסקייט פון חזר’ן מעשה בראשית

“בראשית ברא אלקים את השמים והארץ” דער ח”ח זצ”ל ווען ער האט געשפירט, א שוואכקייט אין רוחניות, איז זיין דרך געווען איבער חזר’ן און לערנען די מעשה בראשית, און לערנען פון חומש די פרטים פון מעשה בראשית, א לערנען מיט א פשטות גמורה. וועט זיך דער מענטש וואונדערן צו האט דען פאר דעם ח”ח געפעלט אין די ידיעה מי ברא העולם? צו איז אים דען געווען א ספק ח”ו? א ודאי און א ודאי נישט! נאר דער ערקלער איז, אז אפילו א מענטש שפירט א שוואכקייט אין לערנען און אין אנדערע זאכן, איז נישט אלעמאל דער שורש פון די שוואכקייט פון די זאך אליין, נאר דער שורש פון דעם פראבלעם איז פון דעם יסוד היסודות, אין אמונה. דער כונה פון די זאך איז נישט א שוואכקייט אין די ידיעה און שכל, אז א מענטש איז ח”ו מסופק אין דעם אין שכל, נאר די כונה פון די זאך איז, אז עס איז שוואך געווארן די בהירות פון אור האמונה אין הארץ פון מענטש, אז די אמונה לעבט נישט בחוש אין מענטש’ס הארץ. און ווען אין שורש השרשים אין די אמונה איז דא א שוואכקייט, ווערט אנטוויקלט א שוואכקייט אין לימוד התורה, אדער אנדערע פרטים אין עבודת ה’.

עז

ווי האט דער ח”ח זיך געשטארקט אין אמונה

לאמיר זיך מתבונן זיין און טראכטן. דער חפץ חיים איז געווען פון די גרעסטע גדולי הדור, און אויך ער האט זיך אזוי געפירט, צו אויפוועקן זיי זיך אין נפש, די פשוט’סטע יסודות אין אמונה, נישט קיין טיפע שכל’דיגע חקירות, נאר די פשוט’סטע נקודות אין אמונה. און נאר דורך חזר’ן פשוט אויף די פסוקים פון מעשה בראשית און בריאת העולם, און זיך איינקוקן אין דעם מיט א טיפע פשטות.

טייערע ברידער, איר זאלט וויסן אז דאס איז זייער א גרויסער סוד, אז אונזער נפש בפנימיות איז זייער זייער גלאט און פשוט. און דערפאר ווען מען וויל אויפוועקן די פנימיות הנפש מיט א גלאטע ריינקייט, מוז מען פארברייטערן זי זייער פשוט’ע נקודות, פעסטצושטעלן די פשוטע אמונה ווארצלען. ערשטנס, אז עס איז דא א בורא אויף דער וועלט, און דערנאך פעסטשטעלן דעם יסוד אז איך בין א נברא. ביז אז די זאכן וועלן זייך קלאר און לעבעדיג, און וועט קענען טאפן די אמונה יעדע שעה ממש.

עח

אברהם אבינו האט געהארוועט אויף אמונה

עס זאל נישט זיין קליין אין אונזערע אויגן אזוי זיך צו פירן ווי דער ח”ח, און הארווען און איינווארצלען אין אונזער טיפעניש דעם שורש השרשים פון די פשוטע ריינע קלארע אמונה.

יעדע זאך קען מען אנקוקן חיצוניות’דיג און פנימיות’דיג, דער פארבלעם איז אויב מען קוקט נאר חיצוניות’דיג, ווייל דער מקור און שורש פון יעדן פראבעלם, איז זייער זייער טיף אין נפש, ווען דאס וועט זיין פאראכטן, וועט אלעס זיין גוט. דער שורש פון א אידישע נשמה איז פון אברהם אבינו ע”ה, וואס זיין עבודה איז געווען אמונה, ביי דריי יאר האט ער דערקענט דעם בורא, אודאי אז עס איז דא א גרויסער אונטערשייד פון זיין וועג צו אונזער וועג ווי צוקומען צו אמונה, ווייל אונז האבן דאס שוין א קבלה פון אונזערע עלטערן, און אונז האבן די הייליגע תורה, וואס אאע”ה האט דאס נישט געהאט פון זיינע עלטערן. אבער איין זאך איז קלאר אז מיר מוזן איינווארצלען אין אונז טיף און גוט, דעם יסוד היסודות פון אמונה אין אלמעכטיגן גאט.

עט

אמונה פארעכט אלעס

א מענטש וואס איז למשל נכשל געווארן אין לשון הרע אדער נישט קיין ריינע מחשבות וכו’, און פראבירט צו מתקן זיין אין אסאך אופנים זיינע פגמים, דארף מען וויסן אז דער שורש פון אלע זינד איז א שוואקייט אין די קלארע אמונה, און דערפאר איז דער שורש פון אלע תיקונים נישט נאר מיטן זיך אונטערנעמען קבלות ווי זיך צו פירן פון היינט און ווייטער ביי די זאך און ביי יענע זאך וכו’, נאר דער עיקר הארוואניע איז אנהייב פארעכטן די אמונה, זי זאל זיין קלאר און לויטער, און דאן וועט אים זיין אסאך גרינגער, און ער וועט זיך קענען פארמעסטן מיט אלע שווערקייטן פון די צווייגן פון די זינד. וויפל די אמונה וועט זיין קלארער און לעבעדיגער אין נפש, אזוי וועט ער האבן כח און שטאלץ צו הארווען אין לימוד התורה און קיום המצוות ווי עס דארף זיין. און ח”ו פארקעט אויך, וויפל די אמונה איז פארהוילן פון דעם נפש, אזוי איז אים שווערער צו לערנען תורה לשמה, און מקיים זיין די מצוה מיט א אמת און מיט יראת ה’. זאל דער אויבערשטער אונז אלעמען העלפן זוכה זיין צו דעם.

פ

די וועג ווי אזוי עס צו לערנען

לאמר פראבירן צו געבן א וועג ווי אזוי צו לערנען מעשי בראשית אין א ריכטיגן פארעם, וואס דורך דעם זאל איינגעווארצלט ווערן און אויפגעוועקט ווערן אין נפש פון דעם מענטשן די טהור’דיגע אמונה פשוטה. מיר וועלן מקדים זיין א יסודות’דיגע קורצע הקדמה.

מיר ווילן מדגיש זיין אז מיר זוכן דא נישט קיין חידושים, נאר צו פארשטין די פסוקים מיטן גאנצן פשטות.

עס שטייט “והיה כי ישאלך בנך וגו'”, פון דא לערנען חז”ל א חיוב מצות והגדת לבנך אין די נאכט פון פסח. אין יעדן מענטש איז דא א טאטע און א קינד אין זיין פנימיות, דער שכל איז דער טאטע, און די הארץ איז דער קינד. (“ליבא שבא הלב מבין” לשון בן כנודע ואכמ”ל). זעט מען פון דא אז דער שכל איז דער טאטע, און ער דארף אויסלערנען דעם קינד -די הארץ, די וועג ווי אזוי מען לערנט. און דורך דעם כח המחשבה, וואס דער מענטש איז זיך מתבונן אין די זאך, ביז עס ווערט אוועקגעשטעלט אין זיין הארץ. אדער דורך דעם כח הדיבור, אז דער מענטש רעט די אמונה מיטן מויל, ביז עס ווערט פעסט געשטעלט אין זיין הארץ, אזוי ווי מיר וועלן בעז”ה שפעטער ערקלערן.

די עבודה ליגט אויפן מענטש, נישט נאר פסח ביינאכט פארשטייט זיך, נאר א גאנץ יאר, צו איינווארצלען אין קינד פון זיך- זיין הארץ, די יסודות פון אמונה פשוטה. “און אפילו מיר זענען אלע חכמים נבונים, מיר אלע ווייסן די תורה, איז נאך אלס א מצוה צו דערציילן יציאת מצרים”. און דאס אלעס ווייל חכמה בינה ודעת איז א ענין פאר זיך, און די פשטות פון די אמונה אין הארץ איז א ענין פאר זיך. און עס קען זיין א מענטש איז א חכם, א מבין, א יודע, און אין זיין הארץ פעלט די פשטות פון אמונה, און פארדעם פסח ביינאכט דארף יעדער מענטש אפילו א חכם, מבין, און יודע, מוטל עליו לספר, -ליגט אויף אים צו דארציילן, (און לספר איז לשון הארה, מלשון ספיר, ווי עס שטייט אין די ספרים הקדושים) און צו מאיר זיין, ליכטיג מאכן אין נפש די יסודות פון אמונה פשוטה, וואס מיר לערנען פון אלע עניני גלות און גאולת מצרים.

פא

דער אופן פון לערנען דורך שאלה און תשובה

זייער א גרויסן מורא’דיגן יסוד לערנען מיר פון פסח ביינאכט, דער אופן פון דערציילן שטייט אין א אופן פון שאלה און תשובה (גמ’ פסחים), חז”ל האבן אונז מגלה געווען א יסוד גדול אין כחות הנפש פון מענטש, און דאס איז אז ווען דער מענטש וויל משריש זיין אין זיך עפעס, וואס זאל זיין זייער יסודות’דיג, דארף ער עס טאן אין א אופן פון מברר זיין די זאך דורך א שאלה און א תשובה, און אפילו בשעת ער פרעגט די שאלה ווייסט ער שוין די תשובה זייער גוט, איז צו וואס פרעגט זיך די שאלה? נאר חז”ל האבן מגלה געווען אז דאס איז די וועג אז די הארץ זאל עס אויפכאפן, פארנעמען, און פארשטיין, א אופן פון שאלה און תשובה. (אין א טיפערע וועג איז, אז די שאלה גיט קודם א פלאץ צו די קשיות עורף פון דעם מענטש, און די תשובה איז צו אנטפלעקן די נקודת האמת פון די הארץ, והוא עמוק וד”ל). און וועגן דעם, ווען א מענטש וויל רעדן צו זיין “הארץ”, איינצוווארצלען די זאכן, און אויפבויען ריכטיג די יסודות, מוז ער עס מאכן אין א צורה פון שאלה און תשובה. עס איז זייער א גרויסער יסוד און עס ווארפט א ליכט, -שופך אור יקרות, אויף די גאנצע פארעם פון די עבודה מיטן נפש האדם.

פב

ווי אזוי צו זיך באניצן טאג טעגליך מיט די עבודה

לאמיר זיך באניצן מיטן יסוד וואס מיר האבן דערמאנט, און לאמיר פראבירן לערנען מיט אונזער קינד (הארץ) די פסוקים פון מעשי בראשית, “בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ”. “בראשית” אין אנפאנג פון די בריאה, “ברא” וואס שטייט דא? דא שטייט אז עס איז דא עמעצער וואס האט באשאפן, און עמעצער וואס איז באשאפן געווארן. אן דעם פסוק וואלט איך געקענט מיינען ח”ו אפשר אז די וועלט איז פון זיך אליין באשאפן געווארן. אבער די תורה איז אונז קלאר מברר אז נאר 1 אמת איז דא, ‘ברא’, איינער וואס באשאפט, יש בורא ויש נברא, און די זאכן איז נישט געמאכט געווארן פון זיך אליין. ווער איז דער באשעפער? “אלקים”. די תורה איז אונז מגלה ווער האט באשאפן די וועלט? הקב”ה!

דער מענטש טראכט און רעט צו השי”ת און זאגט, די תורה זאגט אז דו השי”ת האסט באשאפן די וועלט! דו השי”ת האסט באשאפן אלע ברואים, און קיין שום אנדערער כח. יעדער איד גלייבט און ווייסט די זאכן, אבער מיר מוזן דאס זייער גוט איינווארצלען אין אונזער טיפענש פון הארץ און נפש, אז נאר השי”ת האט באשאפן די וועלט, און נישט א אנדערער. ווער עס הארוועט נישט צו משריש זיין די טהור’דיגע אמונה אין זיך, כמעט זיכער אז זיין אמונה פעלט איר קלארקייט, זי איז פעלער האפטיג.

פג

ארויסרעדן צו השי”ת אלע ספקות וואס עס וואלט געקענט זיין

אזוי דארף דער מענטש רעדן אסאך צו השי”ת מיט זייער א פשוט’ע שפראך, און זאגן צו השי”ת ווען נישט דער פסוק וואלט מען געקענט אנדערש טראכטן ח”ו אז עס איז נישטא איינער וואס האט די וועלט באשאפן, אבער דער פסוק איז אונז מברר אז דו השי”ת האסט באשאפן די וועלט, און דער מענטש דארף עס חזר’ן צענדגליגער מאל הונדערטער מאל און אפילו מער פון דעם, צו איינווארצלען איון ליכטיג מאכן די אמונה פשוטה אין זיך.

וואס האט ער באשאפן? “את השמים ואת הארץ”. דער מענטש רעט מיט השי”ת אין א פשוט’ע לשון און זאגט, ווער האט באשאפן דעם הימל? א מענטש הייבט אויף די פינגער און ווייזט אויפן הימל און פרעגט ווער האט באשאפן אט דעם הימל? און ער ענפערט צו זיך און זאגט צו השי”ת, ה’ יתברך דו האסט באשאפן דעם הימל! דו און נישט קיין אנדערער. און אזוי ווייזט דער מענטש אויף די ערד כנ”ל. אזוי ווי בני ישראל האבן געוויזן “זה קלי ואנוהו” און ער זאגט צו השי”ת דו השם יתברך האסט באשאפן די וועלט, איז דען די וועלט פון זיך אליין געמאכט געווארן? ניין און ניין: נאר דו השם יתברך האסט עס באשאפן.

און אזוי איז דער מענטש ממשיך די קיומענדיגע פסוק, ווי צום ביישפיל “ויהי אור”, און דער מענטש איז זיך מתבונן אויף די ליכטקייט כנ”ל, און פרעגט זיך אליין ווער האט באשאפן די ליכטקייט? און ענטפערט כנ”ל ד’ יתברך האסט באשאפן די ליכטיקייט. און אזוי גייט דער מענטש פון פרט צו פרט, פון די גאנצע מעשה בראשית, און זיך מתבונן זיין אין די פרטים פון די נבראים וואס שטייען פאר אים, און פרעגן אויף יעדע זאך ווער האט דאס באשאפן און זאגן צו זיך (אין א צורה פון זאגן צו הקב”ה אזוי ווי עס איז געווארן פריער דערקלערט) השי”ת האסט באשאפן די זאך. אזוי דארף דער מענטש הארעווען א פאר וואכן אדער חדשים, און משריש זיין טיף אין זיך די אמונה פשוטה אז אלעס איז באשאפן דורך השי”ת.

פד

די וויכטיקייט פון מענטש צו גלייבן אז ער איז א נברא

עס איז דא א הבדל יסודי צווישן אלע נבראים אדער דער מענטש. ווען א מענטש איז משריש אין זיך אז הימל ערד חיות עופות וכו’ וכו’ זענען באשאפן געווארן דורך השי”ת, די זאכן זענען אויסער דעם מענטש און ארום אים. אבער די עבודה פון מענטש איז אנצוקומען נאכדעם משריש זיין אין זיין הארץ, אז ער אליין איז א נברא פון השי”ת, און עס גוט קלאר מרגיש זיין. דער מענטש זאל זיך מתבונן זיין אויף זיין האנט אויף זיין פוס, וכו’ וכו’ און אלע זיינע אברים, אזוי ווי עס שטייט אין זוה”ק אז דער מענטש מוז ממליך זיין השי”ת אויף אלע זיינע אברים, און צו מברר זיין פאר זיך ביי יעדן פרט און פרט, אז ער איז א נברא פון השי”ת, און פראבירן דאס צו מרגיש זיין בחוש מיט א פשטות. און כל זמן ער שפירט עס נאך נישט מיט א פשטות, זאל ער ממשיך זיין דאס איינצוחזר’ן און איינווארצלען אין זיין הארץ כנ”ל, ביז ער וועט זוכה זיין צו שפירן די אלע זאכן מיט א פשטות.

פה

אין אופן פון עבודה

עבודת האדם אין דעם ענין בפרט און אין אלע ענינים בכלל, ווערט איינגעטיילט אין 2 חלקים: א) א קביעות יעדן טאג זיך מתבונן זיין אין די זאכן. ב) במשך דעם טאג (אויסער זמן עסק התורה, וואס דעמאלס דארף ער זיין פארזונקען אין לערנען, און אויף דעם ענין איז שוין אסאך טינט געגאסן געווארן, והמשכיל יבין) דארף דער מענטש געדענקען די נקודת העבודה, אט די נקודה וואס ער דארף זיך יעצט איינקויפן (אין זיין הארץ) דארף מען בערך יעדע האלבע שעה זיך מאכן דערמאנונגען צו דעם, זאל אים דערמאנען זיין נקודת העבודה, און די ענין פון עבודה וואס מיר זענען יעצט עוסק, דארף דער מענטש געדענקען בערך יעדע ½ שעה, אז אלעס איז באשאפן געוארן פון השי”ת. און עס ליגט אויף אים דער פליכט זיך מתבונן זיין אויף עפעס א געגנשטאנד, עפעס א חפץ וואס שטייט פאר אים, אין זיך פרעגן מיט א אופן ווי מיר האבן אויבן ערקלערט, א אופן פון שאלה און תשובה, ווער האט דעם חפץ באשאפן? אין זיך ענטפערן דו השי”ת האסט עס באשאפן וכו’ וכו’. אזוי וועלן די זאכן ווערן איינגעבאקן אין זיין הארץ. סיי דורך דעם זמן קבוע וואס ער וועט מייחד זיין יעדן טאג פאר דעם (1/2 שער בערך אין טאג), אין סיי די אפטע דערמאנונגען במשך פון גאנצן טאג.

פו

אריבערגיין איין שלב ביז עס איז פעסט אינגעבאקן אין הארץ

אין אונזער וועג, די וועג פון די עבודה, זענען מיר ממשיך און מיר קומען נענטער טרעפל ביי טרעפל, אבער מיר מוזן געדענקען מען זאל נישט אריבערגיין פון איין דרגה ביז די צווייטע אין א שנעלקייט. כל זמן וואס די פריערדיגע דרגה איז נאך נישט זייער גוט איינגעבאקן אין הארץ, זאל מען נישט ממשיך זיין גיין ווייטער, נאר ממשיך זיין און מייסד זיין די דרגה ביי וואס ער האלט יעצט, עס גוט איינווארצלען און הארץ. וייל די עבודה וואס מיר לערנען יעצט איז אפשר ראוי און זייער וויכטיג, געארבעט ווערן א לאנגע צייט, ביז עס וועט זייער גוט טיף איינגעבאקן ווערן אין הארץ פון מענטש די הכרה ברורה אז יעדע זאך און זאך איז א נברא פון השי”ת. ער זאל ממש כביכול שפירן אז דער חפץ שרייט אויס ‘אני נברא של הקב”ה’! איך בין א נברא פון הקב”ה!.

ה’ זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין אז אט די אמונה זאל שלאגן ווארצלען אין די אדערן פון אונזער הארץ, בנימי הלב, און עס זאל אונז מחיה זיין א אמת’ע חיות, און מיר זאלן דורך דעם זוכה זיין זיך דערנענטן צו השי”ת און זיין דבוק אין אים אלע אונזערע טעג, אמן כן יהי רצון!

פז

א סיכום פון וואס מיר האבן געלערנט

לאמיר מאכן א סך הכל פון אונזערע ווערטער ביז יעצט, דער תכלית פון א איד איז צו זיין זאנט און זיין דבוק אין בורא עולם.

מיר האבן מאריך געווען און ער קלערט וואס איז דער דביקות, התקשרות נפשית פנימית צום באשעפער. אונזער לעבן איז מחייב צו זיין אין א אופן וואס אלעס דרייט זיך ארום אויף אין זאך, איין צול, ארום דעם באשעפער וואס האט מיר באשאפן, ארום דער וואס גיט מיר חיות יעדע רגע, און ארום דעם וואס מיר וועלן דארפן פאר אים אפגעבן דין וחשבון אויף אונזערע מעשים, און באקומען פון אים שכר, וואס דער שכר איז דער עצם הדביקות אין השי”ת.

דער עיקר מהלך פון אונזערע ווערטער איז צוברענגען דעם מענטש אין א מצב וואס זאל מאכן א שטארקן קשר צווישן אים מיט השי”ת. א קשר אמיץ וחזק עד מאוד, זייער א שטארקען צוגעבונדן אויסער געוויינליכן קשר, און לעבן מיט השי”ת יעדע מינוט, אין יעדן מצב.

אונז וועלן פראבירן אויף ווייזן און מקשר זיין דעם מענטש צו השי”ת אין יעדן צייט, פון יעדע פלאץ, און פון יעדן מצב פון נפש. אונזער וועג איז איין זאך, מקשר זיין דעם מענטש פון יעדן אופן פון’ם עולם – שנה – נפש, צו השי”ת, ביז זיי וועלן ביידע זיין איינס, והיו לאחדים.


ד | אמונה - השגחתתו ית"ש

פח

אמונה – השגחתו ית”ש

דער דריטער שלב וואס מיר גייען יעצט עוסק זיין, איז די הנהגה פון השי”ת. עס ווערט ערקלערט אין די ספרים הקדושים אז עס איז דא וואס האבן געמאכט א טעות, איון זיי האבן געמיינט אז השי”ת האט באשאפן די וועלט, אבער נאכדעם האט ער געלאזט די הנהגה פאר די כוכבים אין מזלות ח”ו, און ער האט אפגעלאזט אינגאצן די וועלט, און ער האט מיט די וועלט נישט קיין שייכות ח”ו.

די עבודה פון דעם מענטש איז גוט צו מכיר זיין אין זיין שכל, און זיין הארץ זאל עס פילן, אז השי”ת האט די וועלט נישט אפגעלאזט אפילו אויף 1 מינוט, און ער וועט עס קיינמאל נישט אפלאזן לנצח נצחים. די ידיעה איז גוט באווסט פאר יעדן מאמין, אונזער עבודה איז אז די ידיעה זאל לעבן אין דעם מענטש מיט אלע סטרונעט פון הארץ, און שפירן די אמונה אויף יעדן טריט און שריט אין זיין לעבן, און דורך די הכרה וועט ער זיך מקשר זיין מיט א שטארקן קשר צום בורא עולם.

פט

גרויסע זאכן באמערקט מען מער די השגחה, און קליינע זאכן נישט

מיר וועלן פראבירן צו ערקלערן דעם ענין פון השגחת השי”ת. בדרך כלל די מעשים פון מענטש טיילט זיך איין אויף 2 חלקים, עס איז דא זאכן וואס דער מענטש איז עס מגדיר און זאגט אז דאס איז קליינע זאכן, און עס אז דא זאכן וואס מענטשן זאגן עס אז גרויסע זאכן. למשל קויפן א דירה, טרעפן א שידוך וכדו’, דער מענטש זעט די זאכן אלס גרוסע זאכן, ווייל נישט יעדן טאג בייט מען א דירה און נישט אזוי גרינג בייט מען א פרוי ח”ו.

אין די אופנים און אין ענליכע זאכן, ביי אגרויסן חלק פון די מאמינים, איז די הרגשה פון השגחה שפירט זיך שטארק, און זיי שפירן ביי דעם אז זיי דארפן אנקומען צו די הילף פון השי”ת, מען זוכט תפילות, אלע מיני סארט וואס זענען נתחבר געווארן דורך גדולי הדורות, מען זוכט סגולות, מען זוכט זכויות.

אבער ביי טאג טעגליכע זאכן, די קליינע זאכן פון יעדן טאג, דארט מאכט דער דרך הטבע פארגעסן פון מענטש צו געדענקען דעם אמת, אז אזוי ווי דער זווג איז תלוי אין השי”ת, אזוי ממש איז יעדער פרט אין פרט פון טאג טעגליכן לעבן פון א מענטש, אפילו די קלעסטע קלייניקייט, ווערט געפירט נאר דורך השי”ת.

צום ביישפיל, א מענטש גייט אריין אין געשעפט קויפן א קליין טייפ, ער איז בודק אפאר סארטן טייפס, טראכט וועגן די פרייזן וכו’ וכו’, איז בודק און איז מחליט און קויפט. צו אויך דארט שפירט דער מענטש אז ער דארף אנקומען צו השי”ת, אזוי ווי ער געדענקט דאס ווען ער זוכט א שידוך? דאס איז די עבודה פון מענטש צו געדענקען די השגחה ית”ש יעדן טאג און טאג, אין די קלענסטע קלייניקייטן ממש. און ווען ער וועט עס געדענקען יעדן טאג און טאג אין יעדן פרט, דאן וועט זיין לעבן זיין א לעבן פון אמונה, א אמת’ר לעבן, וואס איז צו געבונדן און דבוק אין השי”ת.

צ

ווי אזוי לעבן מיט די טאגטעגלאכע זאכן מיט אמונה

לאמיר זיך מתבונן זיין און זען אויב מען וועט פרעגן א מענטש וואס קויפט א טיש, בענקל וכו’, וואס טראכסטו, צו מיינסט אז עס איז אין דיינע הענט צו מחליט זיין וואספארא טיש צו קויפן, אדער דו גלייבסט מיט א קלארע אמונה אז דו קענסט נישט בכלל קובע זיין אין דעם, נאר אלעס איז נגזר געווארן פון השי”ת פונקט וועלכע טיש צו קויפן? דאכט זיך אז רוב רובם פון מענטשן ווייסן דעם אמת אז באמת איז עס נישט אין די האנט פון א מענטש צו קובע זיין וועלכע טיש צו קויפן, נאר וואס דען עס איז נאר א ידיעה אין שכל, און נישט נאר עס אז ווייט פון דאס מרגיש זיין אין הארץ פון מענטש, נאר אפילו אין זיין שכל איז די זאך אויך באהאלטן, נישט בגילוי. און דער מענטש בדרך הטבע טראכט נישט פון דעם, און זיך בכלל נישט מתבונן אין דעם.

קומט אויס אז די עבודה פון מענטש איז צו זיך איינגעוואוינען צו מתבונן זיין פאר קליינע זאכן ווי קויפן א טיש בענקלעך וכד’, נישט לויפן אין געשעפט אן קיין התבוננות, נאר זיך אפשטעלן פארדעם אויף א קורצע צייט, און גוט טראכטן וואס גייט ער יעצט טאן, און אריינטראכטן צו דען דאס וואס ער גייט קויפן איז ער דער קובע אויב ער וועט עס דערגרייכן אדער נישט, און אזוי זאל ער רעדן מיט זיין מויל, און נאכדעם וואס ער האט זיך מתבונן אין דעם אין זיין מחשבה, זאל ער זאגן צו השי”ת, רבש”ע איך ווייס קלאר אז דער טיש וואס איך גיי יעצט קויפן איז בכלל נישט אין מיין שליטה וועלכע טיש צו אויסוועלן, נאר אלעס איז וואס דו האסט גוזר געווען יתברך. (אוודאי קען דער מענטש פועלן מיט תפילה ווי עס וועט ברייט ווערן ערקלערט ב”ה).

צא

פארן טאן יעדע זאך, התבוננות מיט אמונה

אזוי זאל זיך א מענטש צוגעוואוינען לאנגזאם לאנגזאם אין יעדן פרט און פרט אין זיין לעבן, ווען ער גייט עפעס קויפן, עפעס טאן וכדו’, צו מתבונן זיין און זען צו איז די זאך אין מיין שליטה, צו נישט, און איינווארצלען אין זיך די יסודות פון אמונה פשוטה, אז עס איז נאר דא איין איינציגער, דער האר פון אלע וועלטן, וואס ער איז דער איינציגער וואס איז קובע אינגאנצן אין יעדע זאך און זאך, חוץ פון יראת שמים, ווי חז”ל זאגן הכל בידי שמים חוץ פון יראת שמים. און אזוי זאל א מענטש זיך איינגעוואוינען א גוטע שטיקל צייט, צו טאן יעדע זאך מיט א התבוננות פון אמונה, און דאן וועט ער אלע מעשים מקשר זיין צו דעם רבון כל העולמים, און זיין לעבן וועט זיין א לעבן וואס איז אנגעזאפט מיט אמונה, און אלע זיינע מעשה וועלן זיין מקושר צו דעם אלמעכטיגן וואס איז איין איינציג. און דער הרגל וועט ווערן א טבע, און ער וועט קויפן א אמת’ר קנין אין זיין נפש, און עס וועט ווערן טיף אינגעווארצלט אין אים די אויסגעלייטערטע אמונה פשוטה.

צב

אויסרייסן די הרגשה אז דער מענטש איז דא א בעל הבית

דאס איז די עבודה פון מענטש, צו משריש זיין אין יעדע זאך, אז עס איז נאר דא איינער וואס איז אלעס קובע, און דאס איז דער יחידו של עולם. לאמיר פראבירן דערנענטערן דעם מענטש צו די זאכן, און נישט ער זאל נאר וויסן די זאך מיט זיין שכל, נאר ער זאל שפירן די זאכן גוט גוט בפנימיות לבבו, טיף אין זיין הארץ.

דאס איז די עבודה פון מענטש, צו מבטל זיין זיין מחשבה, און נאכדעם די הרגשה, אז ער איז א בעל הבית אין די וועלט, כאילו דער מענטש האט א שליטה אויף זאכן וואס ווערן געטאן. די עבודה פון דעם מענטש איז אוסצורייסן די הרגשה מיטן ווארצל, און צוברעקלען און צו שמעטערן, און עס מבטל זיין ווי עס דארף צו זיין, ביז ער וועט פילן דעם אמת, אז גארנישט איז אין זיין שליטה, נאר צו קויפן יראת שמים, ווי חז”ל זאגן וואס דאס איז די נקודת הבחירה, און אויסער דעם הכל בכל מכל כל, אלץ און אלעמען ווערט באשטימט נאר דורך דעם יחיד חי העולמים.

צג

די וועג פון מוח אז די הארץ זאל דערהערן און שפירן

עס שטייט “וידעת היום והשבת אל לבבך” דאס איז דער יסוד און שורש און פארעם און די וועג פון די עבודה, די ערשט איז די עבודה פון מענטש “וידעת היום”, אז די זאכן זאלן זיין קבוע איינגעבאקן אין באוואוסט אין זיין מח, אין זיין שכל. און נאכדעם ווען די זאכן האבן זיך געטראפן גוט א פלאץ אין שכל, דער שכל איז אנגעפילט מיט די קלארקייט, דא קומט דער מהלך פון “והשבות אל לבבך”, צו צוברענגען די ידיעה פון שכל צום הארץ, צו אריינפאסטן די הרגשות פון הארץ לויט די ריכטיגע מחשבות, אז די געפילן פון הארצן זאלן שטימען אין זיין באהאפטן צום שכל, און די הארץ באקומט פון דעם “וידעת היום” (פון מוח) אן קיין שום שטערונג און מחיצה, דרינגען די ידיעות אריין אין הארץ און צו דעם דארף מען האבן א טהרת הלב, און א אוסלייטערונג פון דעם ערלת הלב, וואס איז מונע פון דעם אמת עס זאל אריינדרינגען אין הארץ, און ווערן געפירט לויט דעם. און דאס איז דער מהלך -דער פארעם פון די עבודה, אין יעדן ענין און ענין, וואס א מענטש הארוועט צו איינקויפן אין זיין נפש, קודם דארף זיין דער וידעת היום (דער שכל), און נאכדעם “והשבות אל לבבך”.

צד

אויף וואספארא אופן ארבעט דער מוח אז די הארץ זאל עס מרגיש זיין

די צורה פון דעם איבערגאנג צוישן דעם “וידעת היום” און דעם “והשבת אל לבבך”, דאס מיינט צו זאגן אז דאס ויסן פון מוח זאל אריינרינען אין הארץ, די הארץ זאלן ווען געשפייזט און לעבן פון דעם מח. דערצו איז דא די 2 אופנים: א) דורך זייער אסאך טראכטן אין דעם ענין וואס ער וויל זיך איינקויפן אין נפש, התמדת המחשבה אין דעם ענין אלאנגע צייט, סיי דורך באשטימטע צייט יעדן טאג צו טראכטן פון דעם ענין, (מיר וועלן נאר אי”ה ערקלערן די דברי הרמח”ל אין זיין ספר ‘דרך עץ חיים’, וואס ער האט געשריבן אז עס איז א חוב, יעדער מענטש מוז זיך מייחד זיין א שעה אין טאג פאר התבוננות) און סיי במשך א גאנצן טאג, און טראכטן איינמאל יעדע קורצע צייט, בערך יעדע ¼ שעה, זיך דערוועקן מיט א מחשבה מיט א קליין דערמאנונג אין דעם ענין וואס ער הארוועט צו איינקופן בנפשו. (זולת זמן עסק בת”ת כפי שבואר לעיל) ב) דורך רעדן די זאכן מיט זיין מויל זייער אסאך מאל. ווייל דער כח פון מויל איז צו דערוועקן די הארץ, אזוי ווי מיר וועלן שפעטער ערקלערן אי”ה.

צה
די וועג פון התבוננות
מיר וועלן זיך קאנצעטרירן ערשטנס אין די וועג פון התבוננות, אין די צייט ווען דער מענטש האט באשטימט זיך מתבונן זיין אזוי ווי עס ווערט ערקלערט, און מיר וועלן פראבירן געבן די צורה פון טראכטן, ווי אזוי זאל דער מענטש קויפן די אמונה אין השגחה פרטית אין יעדן פרט ממש.

דער מענטש זיצט אין זיין הויז, און איז מייחד 1 שעה, ווען אלעס איז שטיל, מנוחה פון די טרדות פון די וועלט, און הייבט אן זיך מתבונן זיין ווער וואוינט דא אין די הויז? איך און מיין פרוי [/מאן] כו’. יעצט זיי זיך מתבונן ווער האט באשטימט אז דאס זאל זיין מיין פרוי [/מאן], צו האב איך דען באשטימט מיין זיווג, אדער טאמער האט נאר דער יחיד ומיוחד הקב”ה דאס באשטימט? און דער מענטש פרעגט זיך אין א לשון פון א שאלה (אזוי ווי מיר האבן געלערנט) און ער ענפערט זיך: די חז”ל האבן געזאגט, און די דברי חז”ל איז דאך אמת לאמיתה, און זיי דערציילן אונז און אנפלעקן אונז די אמת’ע הנהגה פון השי”ת, אז 40 טעג פאר יצירת הולד רופט אויס א בת קול בת פלוני לפלוני, דאס הייסט אז נאר הקב”ה אליין האט באשטימט ווער עס זאל זיין מיין זיווג, איך האב עס בכלל נישט באשטימט נאר ער השי”ת.

יעצט אויב אזוי איז מיר וויכטיג עס זאל מיר זיין קלאר, אז אזוי ווי מיין זיווג איז באשטימט נאר פון השי”ת, אזוי אויך די אלע תולדות וואס קומען ארויס דערפון – וואס זיי זענען זייער פיל אן א צאל, אלעס ווערט געטאן דורך השי”ת, און צו השי”ת איז נישטא אזא מין מושג וואס ער טוט א פעולה און ער זעט נישט אלע תולדות וואס גייען גיעבארן ווערן פון דעם, נאר פון אנהויב איז גלוי וידוע פאר אים אלעס, און דאס פונקט איז זיין רצון. דאס מיינט צו זאגן אלעס וואס קומט ארויס פון דעם זיווג איז אינגאנצן נאר דער רצון פון השי”ת.

צו
א טיפערער התבוננות
דער מענטש איז ממשיך זיך צו מתבונן זיין: אין די הויז וואס איך בין יעצט, ווער האט באשטימט אז איך זאל דא וואוינען? צו דען ווייל איך האב אסאך געזוכט און געזען אסאך דירות, און נאכדעם האט מיר די דירה געפינען חן אין מיינע אויגן, איך האב עס אליין באשטימט, אדער טאמער האט הקב”ה דאס באשטימט, ווי חז”ל זאגן אז אין הימל זאגט א בת קול בית פלוני לפלוני?. און אזוי טראכט דער מענטש אריין אז אין זיין שכל איז עס קלאר און באוואוסט אז דברי חז”ל איז אמת, אבער צום ערשט אין זיין שכל טראכט ער נישט וועגן דעם קיין סאך, נאר דאס איז א ידיעה וואס איז קיים אין מוח פון זכרון. און נאך צודערצו וויבאלד אז אין זיין מחשבה טראכט ער נישט אסאך פון דעם, איז אוודאי אז זיין הארץ פילט דאס נישט אזוי, נאר אין הארצן איז נענטער צו טראכטן אז ער האט דאס פאר זיך אויסגעוועלט בדרך הטבע.

און דאן זאל דער מענטש מאכן זיין אייגענעם פונטקליכן חשבון ווי ער האלט, אז אין זיין שכל ווייסט ער פונקטליך ווער האט באשטימט זיין זיווג, און ווער עס האט באשטימט זיין הויז, נאר עס איז דא ביי דעם 2 חסרונות: א) אז ער טראכט נישט פון דעם אסאך, נאר אמאל אמאל. ב) אין זיין הארצן שפירט ער עס בכלל נישט אז עס איז פון הימל.

און דאן וועט ער מחליט זיין זיך צו מתבונן זיין אסאך אין דעם, און נאך אזעלכע פרטים וואס איז ענליך צו דעם, און דורכדעם וועט פאראכטן ווערן דער ערשטער חסרון, מיט דעם וואס כאטש אין זיין מחשבה וועלן די זאכן שטענדיג לעבן אין זיין מוח. און דער נאך וועט לאנגזאם לאנגזאם דורכדעם וואס ער וועט שטענדיג טראכטן אין דעם אסאך מיט אשטילע אבער קלארע מחשבה, צוביסלאך צוביסלאך וועט זיין נפש אויפכאפן די זאכן, און זיין הארץ וועט אנהייבן מרגיש זיין די ענינים ווי עס דארף צו זיין.

צז
אריבער גיין פון מחשבה צו דיבור
און נישט נאר דאס, נאר חוץ פון די התבוננות, זאל ער עס זאגן מיטן מויל די גאנצע גאנג און מחשבה וועגן דעם ענין, און חזר’ן אסאך מאל די דברי אמונה, אז נאר השי”ת באשטימט יעדן פרט, און ער זאל חזר’ן די פרטים, איין פרט נאך די אנדערע מיט אסאך געדולד, ווייל דאס האט א גרויסע השפעה אויפן נפש פון דעם מענטש.

(עס איז דא 2 אופנים: אדער זאל ער עס זאגן מיט א לשון השי”ת איז קובע יעדע פרט און באשטימט יעדע פרט. דאס מיינט צו זאגן אין א לשון נסתר, הקב”ה. אדער ער זאל עס ארויס רעדן אין לשון נוכח, דו רבונו של עולם האסט באשטימט מיין זיווג און מיין פלאץ וואו צו וואוינען, דאס מיינט צו זאגן מיט א לשון ווי מען רעט צו איינעם וואס שטייט נעבן מיר. די מעלה פון רעדן מיט אזא לשון איז א מעלה נשגבה, גאר א געהויבענע מעלה, ווייל דאס איז דער תכלית פון מענטש צו זיין אין א בחינה פון נוכח (שפירן אז מען שטייט לעבן מיין טאטן, ער איז דאך דא לעבן סיי ווי.) אדער וועמען עס איז נאך שווער ביים אנהייב, זאל רעדן מיט א לשון נסתר, למשל ה’ האט עס געטאן).

צח
רעדן דברי אמונה צו השי”ת
אזוי זאל א מענטש זאגן אין זייער א אפגעטיילטן אופן, אלעס וואס ער ווייסט אין זיין מחשבה וועגן אמונה, און ארויסרעדן אלע צדדים וואס זענען סותר ח”ו די אמונה פשוטה, אז ח”ו זעט אויס אז איך האב באשטימט מיין זיווג, און איך בין מחליט וואו צו וואוינען, און ער זאל עס מבטל זיין יעדן פרט און פרט וואס ער פילט אין הארץ אז עס איז נישט אמת.

און ער זאל זאגן צו השי”ת, אפילו אין הארצן שפיר איך אז איך האב עס אליין מחליט געווען, פונדעסוועגן ווייס איך אז עס אז נישט אמת, נאר דער אמת איז, אז אלעס האסטו נאר דו באשטימט, ווער זאל זיין מיין זיווג, און וואו איך זאל וואוינען, און אזוי זאל דער מענטש מאריך זיין מיט התבוננות אין נאך א פרט און נאך א פרט. למשל זאל ער טראכטן אויף די בענקל וואס ער זיצט, און אויף די טיש וואס איז דערנעבן, און ער זאל איבר’חזרן דעם מהלך פון איינקויפן, אז ער איז געגאנגען אויסקלייבן וועלכע מוסטער, קאליר, וכו’, פון דעם טיש מיט בענקלעך. אויב אזוי בפשטות, בחיצוניות, זעט עס אויס אז איך האב עס אויסגעקליבן צו קויפן. אבער ער זאל ווייטער זיך מתבונן זיין און נאכדעם זאל ער זאגן מיט מויל כנ”ל, אז עס איז נישט אמת נאר דו אליין האסט עס באשטימט פונקטליך (מששת ימי בראשית) און עס איז מיר קלאר אז אפילו “איך” האב אויסגעקליבן די קאליר און מוסטער, עס איז דאך דא אין פאבריק פול בענקלעך, און פארוואס די בענקל אין די טיש איז אנגעקומען צו מיר? עס קען נישט זיין נאר אז דו רבונו של עולם האסט באשטימט פאר מיר פונקט די בענקל און די טיש.

אזוי זאל דער מענטש זיך מתבונן זיין אויף די שאפע וואס איז נעבן אים, אויף זיין העמד אויף זיינע שיך וכו’ וכו’, נאך א פרט און נאך א פרט, און אויף יעדן פרט זאל ער חזר’ן מיט זיין מחשבה און מיט זיין מויל אז נאר השי”ת האט דאס קובע געווען פונקט וועלכע חפץ זאל אנקומען צו מיר.

אזוי זאל דער מענטש זיך ארומקוקן אויף אלע זיינע זאכן און זיינע פאסירונגען וואס זענען ארום אים, און אויף יעדן פרט און פרט איז ער זיך מתבונן און ווארצלט איין אין זיך די יסודות פון אמונה פשוטה, אז נאר הקב”ה באשטימט אלעס, יעדן פרט און פרט, קודם דורכן התבוננות אין מוח, און נאכדעם מיטן מויל, ווי עס ווערט ערקלערט אויבן. סיי אין לשון נסתר, ה’ האט מיר וכו’, און סיי אין לשון נוכח דו השי”ת האסט מיר וכו’.

צט
האמנתי כי אדבר
“האמנתי כי אדבר”, שרייבן די ספה”ק ווען וועל איך גלייבן? כי אדבר! אז איך וועלן רעדן! דאס מיינט צוזאגן, ווען ווערט די אמונה איינגעווארצלט טיף אין הארץ פון דעם מענטש, ווען דער מענטש איז אין דעם גאנג פון ‘כי אדבר’, ער רעט עס ארויס. דאס מיינט צו זאגן אז זיין צונג האט זיך איינגעוואוינט שטענדיג צו רעדן דברי אמונה. און וואס מער און מער ער וועט רעדן אויסער די התבוננות אין מחשבה – צו רעדן מיטן מויל דברי אמונה, אזוי וועט ווערן איינגעווארצלט די אמונה טיף טיף אין די טיפענישט פון זיין הארץ.

און פארקערט פון דעם האבן מיר געטראפן אין ספה”ק “נכרתה אמונה נאבדה מפיהם”, און די ספרים זענען מפרש: פארוואס זענען זיי אפגעריסן געווארן פון די אמונה? ווייל זיי רעדן נישט ארויס מיטן מויל די דברי אמונה! ווייל זיי האבן זיך נישט איינגעוואוינט, און זיי האבן עס נישט איינגעבאקן אין זיך, צו איינגעוואוינען שטענדיג צו רעדן דברי אמונה מיט זייער מויל, אויסער (די מצוה) פון התבוננות און טראכטן אין אמונה, פאר דעם איז עס אפגעשניטן און אפגעריסן די אמונה פון זייער הארץ, און די טיפקייט און די קלארע ריינע ליכט פון אמונה איז פארהוילן און פארשטעלט פון זייער הארץ, און די אמונה לעבט נישט מיט א אפנקייט אין זייער הארץ.

ק
אליין אדער מיט אנדערע, נאר אמונה
די דברי אמונה האט 2 אופנים: ערשטנס, שטענדיג ביים רעדן מיט גוטע פריינד און חברים, דארף די נקודה פון אמונה פארנעמען דער עיקר פלאץ, דאס זאל זיין דער יסוד ביי א שמוע’ס, אז דער גייסט פון די דברי אמונה זאל באגלייטן די ווערטער.

אבער דאס איז נישט גענוג, נאר אפילו ווען דער מענטש איז אליין, און באמת דעמאלס איז דער עיקר צייט איינצוווארצלען די אמונה, ער זאל רעדן דברי אמונה מיט א גרויסע ברייטקייט, אזוי ווי מיר האבן אויבן ערקלערט.

“גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי”, אויך ווען איך בין אין א פינסטעריש און צער, האב איך נישט מורא, וועט מיר גאר נישט פאסירן שלעכטס, וויל דו (טאטע) ביסט מיט מיר.

דער מענטש דארף רעדן שטענדיג דברי אמונה, און לעבן מיט הקב”ה מיט אריינע לויטערע אמונה אין השי”ת, און מיט שטענדיקע דברי אמונה. און דעמאלס וועט ער שפירן דעם פסוק אז אפילו אין פינסטערניש און צער וועט מיר גארנישט פאסירן קיין שלעכטס, ווייל דו ביסט מיט מיר, וויל אייביג לעבט דער מענטש אין א א גאנג פון ‘כי אתה עמדי’.

קא
דער עיקר מענטש איז דער דיבור
א מענטש ווערט אנגרופן ‘מבעה’ מלשון ‘אם תבעיון בעיו’, אזוי ווי עס שטייט אין גמ’ ב”ק. און דאס איז די עבודה פון מענטש צו “רעדן”, רעדן מיט הקב”ה, און פון הקב”ה, ריינע און אויסגעלייטערטע דברי אמונה. ווער עס וועט זיך צוגעוואוינען צו רעדן און רעדן, און ער וועט זיך נישט מיאש זיין, דורכדעם קען ער זוכה זיין צו א וואונדערליכע מדרגה אין אמונה, און דורכדעם קען ער איינקויפן א אמת’ר קנין אין זיין נפש פון א לויטערע און ריינע אמונה. און דאס אלעס נאר דורך פשוט’ע דברי אמונה, וואס דאס איז דער עצם נפש פון א איד, לויטערע אמונה פשוטה אין בורא כל העולמים.

ק
זיך צוגעוואוינען געדענקען השגחה פרטית יעדע פערטל שעה
די עבודה פון מענטש איז צו איינצוווארצלען אין זיך די אמונה אין השגחה פרטית. עס איז דא 2 סארט צייטן, אזוי ווי עס איז שוין ערקלערט געווארן דער יסוד אין אלע עניני עבודה. א) אין די שעה וואס דער מענטש איז מייחד פאר זיך מתבונן זיין, דער חלק האבן מיר שוין ערקלערט ביז יעצט. ב) במשך גאנצן טאג זאל דער מענטש געדענקען יעדע קורצע צייט, יעדע האלבע שעה אדער ¼ שעה, דער ענין פון השגחתו ית”ש. [דאס וואס השי”ת קוקט און גיט אכטונג אויף יעדן איינעם יעדע מינוט].

דער יסוד פון די זאך איז: אז אין די צייט וואס דער מענטש הארוועט צו איינקויפן אמונה אין השגחה פרטית, אין די חדשים דארף דער ענין פארנעמען זיין הארץ משך דעם גאנצן טאג, און דערפאר דארף ער לעבן מיט דעם בליק פון אמונה אגאנצן טאג. אויב א מענטש וועט הארעווען אויף דעם, דאס איינצוקויפן נאר 1 שעה וואס ער האט זיך באשטימט אויף התבוננות, איז במשך דעם גאנצן טאג איז דא א הפסק צווישן איין התבוננות און די צוייטע התבוננות 23 שעות. און יעדע זאך וואס איז נישט אין א בחינה פון תדיר, א שטענדיגע זאך, ווערט נישט איינגעקויפט און אויפגעכאפט גוט אין נפש פון מענטש. און דערפאר דארף דער מענטש געדענקען דעם ענין וואס אין דעם הארעוועט ער יעצט זיך איינצוקויפן – במשך דעם גאנצן טאג.

קג
א ביישפיל
אין דעם חלק פון זיך דערמאנען אין השי”ת’ס השגחה במשך דעם גאנצן טאג, איז דא 2 חלקים: עס איז דא דער חלק וואס א מענטש איז נישט צוגעוואוינט אין זיין סדר היום. און עס איז דא א חלק וואס איז א חלק פון סדר היום פון דעם מענטש.

מיר וועלן רעדן פון ערשטן חלק, א מענטש גייט קויפן א טיש, בענקלעך, וכדו’, די ריכטיגע וועג איז אז פאר ער גייט ארויס פון שטוב, זאל ער זיך מתבונן זיין, און נאכדעם זאל ער זאגן מיטן מויל אזוי ווי עס ווערט ערקלערט אויבן, אז ער גייט אויסוועלן א טיש און בענקלעך, אבער באמת איך קען בכלל נישט אויסקלייבן וויל נאר השי”ת באשטימט וועלכע טיש איך זאל קויפן, און מיין גאנצן טוהן וועגן דעם אויסקלייבן וועט גאר נישט העלפן, נאר לויט מיין דרגה פון מיין השתדלות, גיי איך אויסקלייבן. אזוי ווי עס שטייט אין מסילת ישרים: אפילו א מענטש איז זיך משתדל, זאל ער וויסן אז די השתדלות טוט גארנישט אויף. מיט אזא בליק זאל ער אריינגיין אין געשעפט. און אפילו ער גייט שוין אריין אין געשעפט, און ער הייבט אן צו קלייבן די טיש און בענקלעך, זאל ער דאס אלעס געדענקען ווי אויבן דערמאנט, אז זיין בחירה און זיינע מעשים איז אזוי ווי א מאלפע, און ער האט נישט קיין שום שליטה, און אלעס איז שוין סיי ווי באשערט פון השי”ת וועלכע טיש און וועלכע בענקל זאל זיין אין זיין רשות.

קד
אמונה ביי יעדן איינקויפן
מיר האבן גענומען א ביישפיל פון טיש אין בענקלעך, אבער פארשטייט זיך און עס איז זייער קלאר, אז דאס איז נאר א ביישפיל. אבער דער יסוד פון די גאנצע זאך איז אז א מענטש גייט נישט קויפן קיין שום זאך אן התבוננות אין יעדע זאך וואס ער גייט קויפן, א פריז’דער, א מאשין, א שאפע וכו’ וכו’, ער איז זיך גוט מתבונן ביים אנהייב ווי עס ווערט אויבן ערקלערט, און ער גייט קויפן א שאפע נאר מיט השי”ת, און נישט אליין ח”ו. אזוי דארף דער מענטש זיך אנהייבן איינגעוואוינען אין אלע זיינע לעבנס טעג, אז מען טוט נישט קיין גרויסע זאך אן פריער אריינטראכטן אין אמונה.

ווער עס ארבעט אזוי, קען זיך איינקויפן פון יעדע גשמיות’דיגער איינקויף, א שטארקער און גרוסער רוחניות’דיגער קנין, און דורך די קויפעריי און ענדליכע זאכן, וועט דאס אים איינווארצלען די אמונה אין השגחה גוט גוט אין זיין הארץ, דורך אסאך התבוננות אין דעם, און די ווערטער פון מויל, ארויס רעדן קלאר אזוי ווי עס ווערט אויבן דערמאנט, וועט איינגעבאקן ווערן אין אים, די אמת’ע לויטערע ריינע אמונה בהשגחתו יתברך.

קה
אמונה אויך ביי יעדן קליין זאך
ביז יעצט האט מען עוסק געווען אין גרויסע מעשים, קויפן גרויסע חפצים. פון דארט און ווייטער, נאכדעם וואס דער מענטש האט זיך איינגעוואוינט מיט די התבוננות אויף גרויסע מעשים, יעצט איז זיין ארבעט זיך איינגעוואוינען אויך און קליינע זאכן.

מיר וועלן געבן א ביישפיל: א מענטש גייט קויפן לכבוד שבת עסנווארג, וויפל אמונה קען דער מענטש איין קויפן מיט די זאך פון איינקויפן לכבוד שבת. למשל דער מענטש שטרעקט אויס זיין האנט צו נעמען א פעקל לאקשן פון די פאליצע, ער טראכט א מינוט צו זיך און זאגט, אויף די פאליצע איז דאך דא צענדליגער פעקלעך לאקשן, פארוואס קומט אין מיין האנט דוקא די פעקל און נישט די אנדערע? דאס קען נאר זיין פארדעם ווייל דו האסט גוזר געווען פונקלטיך וועגן א באהאלטענע סיבה וואס איז פאר דיר אנטפלעקט אין פאר אונז פארהוילן, אז דוקא די פעקל לאקשן זאל אנקומען צו מיין האנט, און נישט קיין אנדערע. און די פרטים צו מפרט זיין זענען אסאך, אבער דער יסוד איז אז דער מענטש זאל זיך צוגעוואוינען אין יעדן פרט און פרט וואס ער קויפט, און איינצוווארצלען אין זיך די אמונה אין השגחה פרטית, אזוי ווי אויבן דערמאנט. פון איין אזא ‘איינקויפן’, קען א מענטש אויך איינקויפן (וואס דאס איז דער עיקר) א גרויסער קנין אין אמונה.

און א וודאי איז, אז אויב ער וועט משים לב זיין, צולייגן זיין הארץ צו די זאך, און זיך איינגעוואוינען א שטענדיגע געוואוינהייט, דאן וועט איינגעווארצלט ווערן זייער גוט גוט די אמונה אין זיין הארץ.

מען מוז זיך צוגעוואוינען אזוי צו לעבן, און דורכדעם זוכה זיין צו איינקויפן א רוחניות’דיגער קנין, וואס איז מורא’דיגע דעהויבן (צו גרויסע מדרגות פון קרבת אלקים און דביקות באגלייט מיט א מורא’דיגע מתיקות, וואס דער זיסער טעם פון די געפילן קען מען נישט מסביר זיין) א קנין פון ריינע אויסגעלייטערטע אמונה אין הנהגת השי”ת.

אזוי זאל דער מענטש זיך איינגעוואוינען אויף אלע אופנים במשך דעם טאג. למשל ער זיצט און עסט אשטיקל ברויט, זאל ער זיך מתבונן זיין אזוי ווי אויבן דערמאנט, אז דוקא די שטיקל ברויט איז אנגעקומען צו זיין האנט, און די וואסער וואס ער וואשט זיך די הענט, און די וואסער וואס ער טרינקט וכו’, טראכטן אז די אלע זאכן זענען געקומען בהשגחה פרטית ממש פון השי”ת צו אים.

קו
די וועג צו דביקות
פארשטייט זיך אז א מענטש קען זיך נישט מתבונן זיין אין אלע פרטים יעדן איינציגע מאל, אבער די עבודה פון מענטש איז אויפצוכאפן יעדן מאל אין זיין נפש נאך א פרט און נאך א פרט, נאך א ריכטיגן בליק און נאך אריכטיגן בליק, אביסל דא אביסל דארט, ביז די זאכן וועלן ווערן גוט איינגעבאקן אין זיין הארץ. דער יסוד פון די זאך איז אז א מענטש דארף ארויסגיין פון די אויבערפלעכליכע בליק וואס מען זעט נאר די השגחה פון השי”ת נאר אין ספעציעלע ניסים אין וואס איז אנדערש ווי די טבע. נאר דער מענטש זאל אין יעדע זאך זען השי”ת, אין יעדן פרט און פרט, אפילו די קלענסטע פרט, אפילו זאכן וואס איז פשוט פון דרך הטבע. מען דארף פארשטיין אז דאס איז נישט א ענין פון וואונדערליכע ערציילונגען וכדו’, נאר דאס איז נשמת חיים, דאס איז די נשמה, דער אטעם פון מענטש, צו לעבן מיט די אמונה וואס איז אויסגעלייטערט א גאנצן לעבן. אויב א מענטש לעבט אזוי, קען ער זוכה זיין צו גאר א גרויסע דביקות. אבער בתנאי אז ער האט זיך מקדים געווען און ער האט פריער איינגעקויפט די אלע תנאים, וואס דאס איז קודם געדענקען אז עס איז דא א באשעפער, און די הכרה אז מיר זענען די נבראים, און ער אז דער בורא.

קז

תמימות דקדושה

מען זאל גוט פארשטיין, אז דער דרך וואס מיר רעדן, איז זייער א פשוט’ע וועג, אבער זייער פנימיות’דיג און טיף. און דער יצה”ר קען איינרעדן דעם מענטש אז עס איז איז סתם דברי שטות און תמימות, אבער ווער עס איז זוכה צו תמימות דקדושה, וועט פארשטיין און דערגרייכן די ריכטיג’קייט פון די זאכן. השי”ת איז א ‘א-ל מסתתר’, אלמעכטיג און באהאלטן. וואו באהאלט ער זיך? אין הארץ פון מענטש. און די עבודה פון מענטש איז אנטפלעקן השי”ת אין זיין הארץ, און דאס איז נאר מיט פשטות תמימות’דיגע קדושה, אויב דער מענטש איז א בר דעת, ער האט שכל, קען ער אנטפלעקן פון יעדע פרט און פרט פון די בריאה, און אוועקטרייבן די פארהוילנקייט פון זיין הארץ, און שפירן בחוש דעם ‘אין עוד מלבדו’ אין יעדן פרט.

אמונה מבטל כעס
נאך דעם וואס מיר האבן מברר געווען ווי אזוי איינצוווארצלען די אמונה פשוטה וטהורה אין די השגחה פון השי”ת אין זיך, וועלן מיר זען (ווי שיין איז) ווי די איינגעבאקענע אמונה אין הארץ פון מענטש, מאכט אסאך שוואכער די מידה פון כעס.

וייל באמת די מידה פון כעס איז א ‘קנה מדה’, א מעסטער, וויפל א מענטש האט איינגעקויפט די אמונה אין השגחה פרטית פון השי”ת, וואס מער אמונה אין השגחה פרטית ער האט איינגעקויפט, ווערט אלס ווייניגער און ווייניגער די מידה פון כעס, און ווי ווייטער ער איז פון די השגחה, אלס מער וועט זיין כעס וואקסן. (אין דאס אלעס איז אויסער דער חילוק פון די נאטורן וואס זענען נענטער צו כעס לויט זייער טבע, און עס איז דא וואס לויט זייער נאטור האבן זיי ווייניגער כעס ואכמ”ל) דערפאר אויב א מענטש וויל זיך אליין מעסטן און פראבירן צו זיין ארבעט אין קויפן אמונה האט געברענגט פרוכט, און צו די אמונה בהשגחת השי”ת איז געווארן איינגעקריצט אין זיין הארץ. איינע פון די וועגן וויאזוי מען איז בודק, איז ער זאל בודק זיין די מידה פון כעס. אויב עס איז נישט אנדערש געווארן זיין ריאגירונג, וויאזוי ער ענטפערט ווען איינער טשעפעט אים, און דער כעס איז נאך אזוי ווי אמאל, א סימן אז ער האט נישט געקויפט באמת די אמונה בהשגחה ית”ש. אבער אויב די כעס איז אסאך שוואכער, זאל ער וויסן אז לויט די שוואכקייט פון כעס, אזוי האט ער איינגעקויפט די אמונה אין זיין השגחה ית”ש.

קח
א עצה צו כעס
לאמיר מקדים זיין א קורצע הקדמה, פאר מיר וועלן קלאר מאכן ווי אזוי א מענטש זאל ארבעטן אויף די מדה פון כעס דורך איינווארצלען די אמונה אין זיך. א שטארקער יסוד איז אוועק געשטעלט אין די גאנצע גאנג פון די אמת’ע עבודה, די פארעם (צורה) פון די עבודה בכלל, און די פארעם (צורה) פון די עבודה בפרט, אין די מידה פון כעס וואס מיר זענען יעצט עוסק, איז דורך אריינלייגן השי”ת אין די בילד. דאס מיינט יעדער גאנג און גאנג פון עבודה, פארעכטן א זאך און עס מסדר זיין אויפן גלייכן וועג, קען נאר זיין אז מען לייגט אריין דעם אויבערשטן אין די בילד. “ואם אני כאן (דאס מיינט צו זאגן הקב”ה) הכל כאן”. אויב השי”ת איז דא, איז אלעס דא. דאס מיינט צו צאגן, אויב מען בריינגט ריכטיג אריין דעם אויבערשטן אין יעדן בילד, בהכרח מוז זיין אז די זאך וועט פאראכטן ווערן. ווייל אויב השי”ת איז דא באמת אין די פנימיות פון די זאך, מוז זיין אז עס פעלט דארט גארנישט, און קיין שום שלעכטס איז דארט נישטא, און די זאך ווערט ערלעדיגט און פאראטן מיטן גאנצן שלימות ווי עס דארף צו זיין. קומט אויס אז די גאנצע ארבעט פון דעם מענטש איז אריינליגן השי”ת אין די זאך אויף אריכטיגן אופן, און אין אריכטיגע וועג.

קט

ווי אמונה העלפט קעגן כעס

מיר וועלן יעצט עוסק זיין אין ערקלערן דער תיקון פון מדת הכעס, ווי אזוי מען לייגט אריין די אמונה אין השי”ת אין די מדה פון כעס, און דורכדעם ווערט דער כעס פאראכטן.

וואס ברענגט א מענטש צו כעס? די ערשטע פשוטע בחינה, יעדע זאך וואס איז קעגן דער רצון פון מענטש, ברענגט אים צו כעס, א פאר מאל זייער א שוואכער כעס וואס מען פילט עס כמעט נישט אז עס איז אנטפלעקט אין נפש, און אפאר מאל זייער א שטארקער כעס, און עס ווערט שטארק אנטפלעקט אין הארץ דער כעס, ביז דער כעס ווערט אזוי גרויס, וואס עס ווערט אנטפלעקט אפילו פון אינדרויסן אין פנים פון דעם מענטש.

נאך א בחינה וואס ברענגט צו כעס (זי איז נכלל אין די ערשטע בחינה נאר עס איז מער פונטקליך אין פרטיותדיג) דאס איז ווען מען איז פוגע אין כבוד פון דעם מענטש און מען איז מזלזל אין אים, און די זאך רעגט אים אויף, און דאס איז אלעס ווייל ער מיינט אז עס קומט אים כבוד, און מען נעמט עס אוועק פון אים.

קי

אויף וועמען רעגסטו זיך?

אין א כלליות’דיגן אופן, א זאך וואס ברענגט דעם מענטשן צו כעס, ווערט איינגעטיילט אין 2 אופנים: א) ווען דעם מענטש’ס רצון ווערט נישט געטאן, נישט דורך אמענטש נאר דורך א טבעית’דיגע סיבה. ב) ווען דער מענטש’ס רצון ווערט נישט געטאן און א אנדער מענטש איז די סיבה. מיר וועלן גיבן פארשידענע ביישפילן צו די זאך, א מענטש שטייט אויף אינדערפרי, און ער פארט מיט זיין קאר, פלוצלונג ווערט א לאך אין זיין ראד, און ער קען יעצט נישט פארן. די זאך איז נישט געטאן געווארן דורך א מענטש, נאר דאס איז נאטורליך אז א רעדל ווערט אפגעניצט, ביז עס וועט אינגאנצן קאליע. אזא מעשה קען ברענגען א מענטש צו כעס, וויבאלד עס איז בטל געווארן זיין רצון צו אנקומען אין דעם פלאץ אין די שעה וואס ער האט געוואלט וכד’, אבער ער האט דארט נישט קיין מענטש אויפוועמען ער קען זיין אין כעס, ווייל די מעשה איז נישט געמאכט געווארן דורך א מענטש.

און אויב וועסט פרעגן דעם מענטש אויפ וועמען ביסטו אין כעס? אויפן רעדל? א ודאי וועט ער ענטפערן, זיכער נישט, ניין! אבער איך בין אין כעס אויף דעם מצב וואס איך געפין זיך, אז מיינע מחשבות און מיינע פראגראם שטימט נישט מיטן יעצדיגן מציאות. קומט אויס אז זיין כעס איז נישט דוקא אויף א ספעציפישן מענטש (באלד וועלן מיר ערקלערן אז באמת איז עס נישט אזוי).

קיא

די חלקים פון כעס ווי אזוי עס ארבעט ביי א מענטש

אין די צוויטע אופן, ווען די זאך פאסירט צום מענטש דורך א מענטש א בעל בחירה, למשל אז פלוני האט אים צובראכן די פענסטער וכדו’, אוין די סארט צער האט ער אין א נאטורליכע וועג אויף וועמען אויסצוגיסן זיין כעס, און פארן מענטש איז קלאר אז דער מענטש וואס האט צובראכן די פענסטער איז א מזיק.

קומט אויס אז עס איז דא 2 אופנים פון כעס: א) כעס וואס אז נישט קלאר אויף וועמען איך בין אין כעס, ווייל עס איז נישטא אויף וועמען. ב) כעס אויף א מענטש וואס ער האט אים גורם געווען דעם כעס. אבער באמת אין די טיפקייט פון די זאך זענען אלע כעס’ן די זעלבע. און מיר וועלן עס ערקלערן: ווען א מענטש פארשטייט גוט גוט די אמונה אין מוח, און וועט איר איינערקענען גוט אין הארץ, וועט ער פארשטיין אז אין אלע אופנים פון כעס, ווער עס האט באמת געטאן די פעולה וואס האט עס געברענגט צו כעס,- איז נאר השי”ת.

קיב
התבוננות ווער טוט מיר דאס
מיר וועלן זיך מתבונן זיין אין ערשטן אופן פון כעס, און נאכדעם בעז”ה אין צווייטן אופן פון כעס. א מענטש שטייט אויף אינדערפרי, גייט אריין אין זיין קאר און פארט, און נאכדעם האט זיך צובראכן די ראד, און אויב אזוי גייט אן די זאכן, כאילו עס איז סתם מעשים, אן א טיפע אמת’ע התבוננות, – איז באמת ווען די ראד ווערט קאליע איז נאטורליך אז אין דעם מענטש’ס הארץ וועט רוהען א כעס. אבער אויב ער לעבט אין א ריכטיגע צורה, איז דערפארעם פון זיין לעבן אנדערש אינגאנצן: א מענטש גייט אריין אין זיין קאר אין דערפרי, צום ערשטן איז ער זיך מתבונן, א) ווער האט מיר געגעבן די קאר? ב) פון וואו איז דער כח פון די קאר צו פארן? ה’ גיט מיר דעם קאר, אין דער דומם גיט ה’ א כח יעדע רגע ממש צו פארן פונדאסניי. (ווי עס שטייט ‘המחדש בטובו בכל יום מעשה בראשית’ בהוה, יעצט) ווען דאס איז די השקפה אין מוח און אין הארץ, איז ווען די קאר שטעלט זיך אפ פון פארן און ווערט קאליע, איז די מחשבה פון מענטש. ווער האט געגעבן דעם כח די קאר צו פארן ביז יעצט? הקב”ה! און ווער האט גענומען דער כח יעצט? הקב”ה! קומט אויס אז איך וועל זיין אין כעס ח”ו אויף הקב”ה, ווייל ער האט דאך צו גענומען די מעגלכקייט יעצט צו פארן.

קיג

אויב א מענטש טראכט נישט פון השי”ת שטענדיג

איז אים שווער צו גלייבן בשעת נסיון

אז דער מענטש’ס לעבן איז סתם געלעבט, און ער געדענקט נישט אין זיין מוח קל וחומר אין זיין הארץ אז נאר השי”ת גיט די מעגלכקייט יעדע רגע אז די קאר זאל פארן וכו’ וכו’, און ער שפירט נישט אין יעדע זאך אז השי”ת פירט אים אין יעדן טריט און שריט, איז א ודאי ווען עס פאסירט א פראבלעם אין וועג וכדו’, איז זייער שווער פלוצלונג מיט פשטות גלייבן אין השי”ת, און געדענקען אז נאר השי”ת פירט אים, ווייל אפילו פאר דער פראבלעם האט פאסירט, איז דער געדענקען אין השי”ת נישט געווען אין צענטער – אין די וויכטיגסטע פון זיינע מחשבות, און דערפאר באטרעפט דער כעס א פלאץ אין זיין הארץ. אבער אויב זיין מחשבה איז נאכאנאנד צו געדענקען אז אלעס ווערט געפירט מיט א גענויע פונקטליכע השגחה, און אפילו אז וואס ער דארף טוהן, אדער וואו ער דארף גיין, זעט נישט אויס מיט הצלחה, און ער האט שטרויכלונגען אין זיינע וועגן, אויב ער וועט דעמאלס געדענקען אין זיין מוח און שפירן אין זיין הארץ, אז נאר השי”ת האט אים געפירט ביז יעצט און נישט קיין אנדערער האט עס צוגעבריינגט, דאן וועט ער אריינקלערן און פארשטיין אז דאס קומט פון ה’ דער אפשטעלן די קאר און צוברעכן די רעדל.

קיד

נישט זיין ווי בלעם וואס האט טענות צום אייזל

די מעשה איז כמעט מפורש קלאר געשריבן און די תורה, עס רעט זיך דארט נישט וועגן א קאר נאר וועגן א אייזל, בלעם גייט זיך זיין וועג, און דער אייזל שטעלט זיך אפ און פארמיידט אים פון צו גיין, בלעם טראכט אז דאס איז די בחירה פון דעם אייזל צו פארמיידן און שטערן צו גיין, אבער עס איז דאך זיכער אז דער אמת איז בכלל נישט נישט אזוי.

דער אייזל שטעלט זיך נישט אפ פון איר אייגענער ווילן, נאר זי ווערט געשטערט דורך א מלאך, א שליח פון השי”ת. דער גאנצער זיך אפשטעלן און דער נישט ממשיך זיין צו גיין, איז א תוצאה גלייך ישיר פון השי”ת. אבער בלעם וואס טראכט נישט וועגן דעם, אויף וועמען איז ער אין כעס, אופן אייזל. ווען ער האט פארשטאנען אז עס קומט פון השי”ת, האט ער איינגעזען אז עס איז נישטא אויף וועמען צו זיין אין כעס.

אויב א מענטש וועט אזוי אריינטראכטן אין אלע זיינע וועגן, וועט ער פארשטיין אז עס איז נישטא וואס צו זיין אין כעס אויף גשמיות’דיגע זאכן, נאר אלעס פון אלעס מיט אלעס מיט אלעמען [הכל בכל מכל כל] ווערט געטאן פון השי”ת. זאל ער אריינטראכטן אז ווען ער איז אין כעס, איז ער אין כעס ח”ו אויף השי”ת, און דאס וויל א מענטש א ודאי נישט.

דער מענטש זאל אריינטראכטן און פארשטיין, אז אלעס וואס ער האט דא צוטאן איז א עסק נאר מיט השי”ת אליין, און מכוון זיין גלייך צו אים, און געדענקען גוט מיט וועמען ער האט דא צוטאן, און בכלל נישט צולייגן דעם קאפ אויף די אלע מיטלען אלע אמצעיים, נאר געבן זיין געדאנק צו דעם וואס ער שטייט איבער דאס אלעס, וואס דאס איז נאר השי”ת.

קטו

גלייבן אין די גרויסע אהבה פון השי”ת צום מענטש

און ווען א מענטש האט שוין אריינגעטראכט און פארשטאנען אין זיין הארץ אז יעדע צופאל איז דאך נאר פון השי”ת ממש, יעצט דארף ער אריינטראכטן, אויב די מעשה וואס השי”ת האט מיר צוגעשיקט קומט פון דעם ווייל השי”ת האט מיר ליב, אדער ח”ו פארקערט, משנאה? עס איז קלאר אז השי”ת האט דעם מענטש זייער ליב, אהבה וואס איז העכער פון מענטשליכע געפילן, דאס איז נישט שייך צו משיג זיין, דאס איז א אהבה וואס איז שייך נאר ביי איין איינציגן באשעפער.

און מיט דעם איז קלאר געווארן אז די מעשה איז פון השי”ת, און די סיבה פארוואס השי”ת האט עס געמאכט איז נאר ווייל ער האט דעם מענטשן ליב, און דאס איז געטאן געווארן צו מטיב זיין מיטן מענטשן, צו גוטס טאן פארן מענטשן, און אפילן די זאך זעט נישט אויס און עס איז נישט אנטפלעקט פאר מענטשן ווי אזוי קען זיין אז די זאך איז א טובה פאר אים, און ווי אזוי ווערט אנטפלעקט די אהבה פון השי”ת מיטן פארמיידן די זאך (וואס איז מיר אזוי וויכטיג געווען), פונדעסוועגן מוז דער מענטש גלייבן און אריינקלערן דאס אין זיין מוח, און מרגיש זיין אין זיין הארץ, אז די מעשה קומט פון די טיפע עומק אהבת השי”ת צו אים, און די גאנצע מעשה איז נאר צו גוטס טאן מיטן מענטש, אפילו דער מענטש איז נישט משיג דער מהות פון די טובה.

קטז

די ידיעה פון די אהבת ה’ צום מענטש איז מבטל דער כעס

און ווען א מענטש פארשטייט און קליגט זיך מיט זיין דעת און מיט זיין הארץ, אז יעדע פאסירונג וואס פאסירט מיט אים איז אלעס פון גרויס ליבשאפט וואס השי”ת האט צו אים, דאן איז נישטא קיין שום פלאץ צו כעס אין זיין הארץ, וויבאלד דער ענין פון כעס פאסירט נאר ווען א מענטש טשעפעט א צווייטן אדער וויל אים שלעכטס טאן, און דאס גלייכן, אבער אויב די גאנצע פאלקאמע זאך איז א גענצליכע טובה, און עס איז נישטא אין דעם קיין שום שלעכטס, און דער שורש פון די זאך איז א טיפע ליבשאפט פון השי”ת צו אים, ווי קומט דא אריין צו זיין אין כעס?

קיז

גלייבן אז דוקא אויף דעם אופן דארף זיך פירן מיט מיר,

און דאס איז די בעסטע פאר מיר
מיר וועלן מאכן א סך הכל פון די זאכן: דער ערשטער טרעפל איז. א מענטש זאל וויסן און שפירן אז יעדע קלענסטע פעולה קומט נאר פון השי”ת. צווייטער טרעפל. א מענטש דארף וויסן שפירן אז השי”ת האט אים (מורא’דיג) זייער ליב. דריטער טרעפל. דער מענטש דארף מרגיש זיין אז השי”ת איז דער איינציגער וואס ווייסט באמת וואס איז גוט פאר אים, און אויב ער האט אים געברענגט צו דעם צופאל, מוז זיין זיכער אז לויט די חכמה פון השי”ת וואס איז אין סוף – ווייסט ער אז דאס איז די בעסטע וועג וואס איז גוט פארן מענטש אין די שעה.

אסאך מאל רעט איין דער יצר הרע דעם מענטש, און לייגט אין אים אריין מחשבות צו זאגן: א עס איז טאקע אמת אז דאס איז גענצליכע טובה, אבער פארוואס השי”ת טוט מיר נישט גוטס אויף א אנדער אופן, אויף א אופן אז איך זאל זען מיט מיינע גשמיות’דיגע אויגן אז דאס איז גוט? מען מוז גלייבן אריינטראכטן און מרגיש זיין, אז אלעס איז באוואוסט און אנטפלעקט פאר השי”ת, און מיט זיין ענדלאזע חכמה האט דער בורא באשטימט אז נאר דאס איז די פאסיגסטע וועג פארן מענטש.

קיח

האמנתי כי אדבר, רעדן אסאך וועגן דעם ענין אז אלעס איז לטובה

ווען א מענטש ווארצלט דאס איין גוט אין זיין הארץ, דאן, ווען עס קומען אלע סארטן פאסירונגען וואס קענען אנטרעפן דעם מענטש, איז ערשטנס ווערט ער נישט אין כעס, און נאכמער פון דעם, ער פרייט זיך מיט דעם. ווי חז”ל שרייבן “שמחים ביסורים”, וואס די שמחה קומט פון די הכרה “ווער” האט צו געברענגט די פעולה, און פארוואס האט ער עס געברענגט אויף מיר. און ווען א מענטש קליגט זיך צו פארשטיין און ער פילט די זאכן אויף א אמת מיט זיין גאנצן הארץ, דאן איז נישט מעגליך צו זיין אין כעס, נאר ער מוז ווערן בשמחה. כל זמן וואס די שמחה פילט נישט אן די הארץ פון א מענטש, און קל וחומר אויב עס איז נאך דא פלאץ פאר כעס אין זיין הארץ, מוז זיין אז זיין אמונה איז נאך דערווייל נישט אויסגעלייטערט און גענוג קלאר ווי עס דארף צו זיין.

דאס איז די ארבעט פון דעם מענטש, צו זיך פארטיפן אין די זאכן, און איינזייען גוט גוט אין זיין הארץ, ערשטנס דורך אסאך התבוננות אריינטראכטן אין די זאכן, צווייטנס אסאך חזר’ן און רעדן וועגן די זאכן מיט זיין מויל, נאכאמאל און נאכאמאל, און זאגן צו השי”ת: “איך ווייס קלאר אז דו האסט דאס און דאס געטאן פאר מיר, און איך ווייס אז דו האסט מיר ליב, און איך ווייס אז דאס וואס דו האסט יעצט געטאן פאר מיר, די פעולה איז די בעסטע גוטס וואס קען נאר זיין פאר מיר, העלף מיר איך זאל שפירן די אלע זאכן”. און אזוי זאל דער מענטש חזר’ן און זאגן מיט זיין מויל טויזנטער מאל, און אפילו מער פון דעם, ביז ער וועט דאס זוכה זיין צו שפירן לעבעדיג בחוש, אין די טיפעניש פון זיין הארץ.

קיט

זיךינישט מיאש זיין אפילו מען איז דורכגעפאלן

און אפילו דער מענטש איז אריינגעפאלן אין כעס, זאל ער זיך נישט דערשרעקן פון דעם, נאר ווייטער חזר’ן און איינווארצלען אין זיך די אמונה ווי אויבן דערמאנט, טויזנטער טויזנטער מאל, סיי פאר עס קומט אים אן די נישט איינגענעמע פאלן, און סיי ווען עס קומט שוין אן דער אומאנגענעמער מצב, זאל ער חזר’ן און איינווארצלען די זאכן אין זיין הארץ אן קיין אפשטעל, און אן קיין שום יאוש פון די נפילות. און ווען ער וועט ווייטער אזוי ממשיך זיין, אפילו מיט אלע דורכפאלן, און זיך נישט דערשרעקן און נישט נתפעל ווערן פון דעם, וועט אים השי”ת זיכער מזכה זיין צו איינבאקן די ריינע אמונה אין זיין הארץ.

קכ

ווי אזוי זיך צו שטארקן אין אמונה ביי א נסיון פון א בעל בחירה (א מענטש)

ביז יעצט האבן מיר קלאר געמאכט ווי אזוי צו מתקן זיין כעס וואס קומט דורך א צופאל און דאס גלייכן וואס א מענטשליכע האנט איז נישט פארמישט דערינען, יעצט וועלן מיר מברר זיין אויף כעס וואס קומט דורך א מענטש, דאס מיינט צוזאגן אז דער צוברענגען דער כעס איז געקומען דורך א פעולה פון א מענטש.

מיר האבן שוין קלאר געמאכט אז די נקודה איז שווערער, ווייל ווען א מענטשליכע האנט האט נישט אנגעריהרט די סיבה וואס דער כעס איז געקומען, איז דאך קלאר אז איך קען נישט זיין אין כעס אויפן שטיין וואס איז אראפגעפאלן אדער דער ראד וואס איז קאליע געווארן, און דער מענטש פארשטייט אז דאס איז פון השי”ת.

אבער ווען א מענטש איז מיר גורם די כעס, אזוי ווי דער מענטש איז א בעל בחירה זעט אויס אז די זאך איז נישט נגזר געווארן דורך השי”ת, נאר עס ווענט זיך אין די בחירה פון דעם מענטש וואס האט מיר צוגעברענגט אויפגערעגט צו ווערן, און דעמאלס איז נאטורליך צו זיין אויפגערעגט אויפן חבר, וואס וועגן זיין בחירה האט ער אויסגעקליבן מיר צו שלעכטס טוהן, אדער ברענגען א שאדן.

קכא

א מעשה פון א נסיון פון א בעל בחירה

עס ווערט דערציילט א באוואוסטע מעשה וואס איז געווען ביים בית דין פון בית הלוי, איינמאל איז געקומען א מענטש צום בית הלוי מיט א שאלה אין כשרות פון א בהמה, און דער בית הלוי האט געפסקנט לאיסור, און דער מענטש האט מקבל געווען דעם שאדן מיט רוהיקייט, אפילו דער שאדן איז געווען גרויס. אין נאך אשטיקל צייט איז דער זעלבער מענטש געקומען צו א דין תורה מיט א חבר, נאכדעם וואס דער בית הלוי האט געפסקנט אז דער פסק דין איז פאר זיין שאדן, און זיין חבר האט פארדינט דעם דין תורה, איז ער זייער ברוגז און אויפגערעגט געווארן, האט דער בית הלוי געזאגט, אז אפילו ביי די ערשטע שאלה פון די בהמה האט ער געהאט אסאך א גרעסערער שאדן פון דעם דין תורה מיט זיין חבר, פונדעסוועגן ביים ערשטן שאדן האט ער נישט געהאט אויף וועמען צו זיין אין כעס, נישט געהאט אויף וועמען צו האבן טענות, צו א בהמה קען מען דאך נישט טענות האבן. אבער ביים צווייטן פאל איז שוין יא דא אויף וועמען טענות צו האבן, אויף זיין חבר קען ער יא טענות האבן, און דארט ווערט שוין אנטוויקלט א יצר הרע צו ווערן אין כעס.

קכב

ווען א מענטש לעבט מיט די אמת’ע אמונה, איז אים נישט קיין חילוק צו דער צער איז פון א בעל בחירה אדער א דומם

האבן מיר דא 2 נקודות ווען דער כעס קומט דורך א גורם פון א מענטש: א) זעט אויס דעם מענטש לויט זיין שכל אז דער מענטש האט אויסגעקליבן אים שלעכטס צוטאן. ב) דער זאך אליין צו האבן צוטאן מיט א מענטש, איז שוין דא א פלאץ פון א מלחמה קעגן דעם מענטש, און עס וועקן זיך אויף די מדות גאווה און כבוד וכו’. אין פארעכטן די זאכן קען מען נאר דורך ריינע אויסגעלייטערטע אמונה, ווען א מענטש לעבט מיט די פשוט’ע אמונה, איז נישטא ביי אים קיין חילוק און קיין אונטערשייד ווער האט אים געברענגט די שאדן, א שטיין, וואסער, א מענטש אדער יעדע אנדערע זאך. נאר די נישט פנימיות’דיגע קלארע אמונה (אז יעדע תנועה איז בהשגחה) ברענגט אריין אין מענטש א פלאץ אין הארצן פאר כעס.

קכג

געדענקען אז יעדער צער איז א שטעקן פון השי”ת

אין זוה”ק איז דא א משל פון א הונט וואס ווען מען שלאגט אים מיטן שטעקן, דער נאטור פון דעם הונט איז צו לויפן נאכן שטעקן און מלחמה האלטן דערמיט, אין דאס איז ווייל עס פעלט אים די הכרה אז דער עיקר קלאפ איז נישט דער שטעקן נאר דער וואס האלט דעם שטעקן.

פונקט אזוי איז שטענדיג דער אמת, אז די אלע מיטלען און צופאלן סיי פון מענטשן בעלי בחירה, אדער פון א דומם, איז נאר א שטעקן פון השי”ת, און אויף דער מענטש ליגט א פליכט צו טראכטן ווער שלאגט עס, דער שטעקן אדער השי”ת. און א מאל זעט אויס דער שטעקן וואסער וכו’, און אמאל איז דער שטעקן אין א פארעם פון א מענטש, אבער אין אלע אופנים איז דא נאר איין אדרעס ווער עס שיקט עס, דאס איז השי”ת אליין.

ביי דוד המלך שטייט, ביי די קללה וואס מען האט אים געשאלטן, האט ער געזאגט ‘ה’ אמר לו קלל’, דאס איז דער יסוד פון אמונה, און ענדליך צו דעם, זענען אלע מצבים, ה’ הייסט ער זאל צוברעכן, ה’ הייסט ער זאל פארשעמען און אזוי וויטער. אפילו מיר געפינען נישט קלאר נאך פאלן מפורש אין די כתובים, נאר די מעשה וואס מען האט געשאלטן דוד המלך. אבער ‘די לחכם’, א קלוגער וואס וויל דעם אמת אין הארץ וועט אויפכאפן די ריכטיגע נקודת האמונה פון “ה’ אמר לו קלל”, און פארשטיין אז דער גאנצער גאנג פון אלע זאכן איז “ה’ אמר לו”, השי”ת אליין האט געזאגט זאל זיך אזוי פירן. און קיין אנדערער נישט.

קכד

די וויכטיקייט פון לעבן מיט א בליק פון ‘אתה הוא משלא נברא העולם’

מען דארף פארשטיין די פנימיות פון די בריאה. עס איז דא 2 אופנים ווי אזוי א מענטש קוקט אויפן לעבן: א) קוקן אז עס איז דא אין די בריאה דומם, צומח, חי, מדבר. דער סארט בליק אויף די בריאה איז א אויבערפלעכליכער בליק, דער מענטש קוקט אויף די חיצוניות פון די בריאה (וואס זיינע פשוט’ע פליישיגע אויגן זעהען). ב) א אנדער בליק פון “אתה הוא עד שלא נברא העולם ואתה הוא משנברא העולם” דו השי”ת ביסט געווען פאר די וועלט איז באשאפן געווארן און די ביסט יעצט אין די וועלט ווען די וועלט איז שוין באשאפן געווארן. אויב די ידיעה וואלט בכלל נישט געווען א באדערפעניש צו עבודת ה’, איז צווואס האבן דאס חז”ל געלאזט וויסן? יעדע ידיעה וואס השי”ת האט מסבב געווען מען זאל עס וויסן, מוז זיין נאר אז דא עס איז וויכטיג צו באניצן פאר עבודת ה’. און אזוי איז די זעלבע זאך מיט דעם פסוק ‘אתה הוא עד שלא נברא העולם וכו”. חז”ל לערנען אונז א נייע בליק אויף די בריאה, נישט צו קוקן אויף די וועלט נאך וואס זי איז באשאפן געווארן, נאר מען זאל לעבן אין די וועלט פון ‘משנברא העולם’ אין א צוגאנג פון ‘עד שלא נברא העולם’ אזוי ווי פאר עס איז באשאפן געווארן. די צורה פון די בליק אויף די וועלט איז א פנימיות’דיגע בליק אויפן לעבן, זי גיט א טיפערע פארשטאנד, א טיפערן בליק אין דעם מהות פון די נבראים.

קכה

זייער וויכטיגע יסוד ווי אזוי צו קוקן אויף די בריאה

מיט א געזונטן ריכטיגן אמונה’דיגן בליק

לאמיר פארשטיין די ווערטער, ווען א מענטש זעט דעם דומם, צומח, חי און מדבר, אזוי ווי אזאך פאר זיך, אין א צוגאנג פון “משנברא העולם”, איז יעדע זאך וואס עס קומט אין בארירונג מיט אים, נעמט ער עס אויף א מציאות פאר זיך, און דורכדעם למשל קען ער קומען צו כעס, ווייל פלוני האט עס געטאן. אבער דער וואס אין יעדע זאך זעט ער דעם “עד שלא נברא העולם”, טרעפט ער אין יעדע זאך השי”ת. עס זעט נישט א דומם אליין, נאר די געטליכקייט וואס ליגט אין יעדע זאך, -האלקות שבכל דבר. ער זעט השי”ת אין יעדע זאך. ער זעט נישט דעם דומם אליין פאר א זאך, נאר די חיות אלקות וואס ליגט דערין, און אזוי אויך אין א “מדבר” און א “חי”, און אזוי אייביג האט ער נישט קיין שום געשעפט מיט קיין שום נברא, נאר מיט השי”ת. און פאר אים איז יעדע זאך א לבוש א צודעק פון דעם בורא עולם. ער פארנעמט זיך נישט מיטן לבוש – דאס מיינט דער נברא, נאר מיט דער וואס האט געטאן דעם לבוש, דאס מיינט השי”ת. און דערפאר אין יעדע זאך וואס ווערט געטאן, וועט ער נישט זען נאר אז דאס איז הקב”ה אליין, און נישט קיין אנדער גורם אינגאנצן נישט.

לעבן אין אזא פארעם, אין אזא וועג, טוישט איבער דעם גאנצן לעבן פון מענטש, ער גייט ארויס פון לעבן מיט א אויבערפלעכליכן בליק, און ער ווערט דבוק באהאפטן צו די פנימיות פון די אלע נבראים, וואס דאס איז השי”ת, דער בורא. און ער האט נישט קיין געשעפט און משא מתן אויף די וועלט מיט קיינעם, נאר מיט השי”ת.

(און דאס איז אויך די טיפקייט וואס חז”ל זאגן ביי אסתר ווען זי האט געזאגט “יבא המלך” האט זי אינזינען געהאט מלכו של עולם -השי”ת, ווייל דאס איז געווען איר לעבן, אז אלעמאל האט זי געזען השי”ת אין יעדע זאך, און אלע ענינים און דיבורים איז געווען נאר מיט השי”ת)

קכו

די גאנצע בריאה איז נאר כדי דער מענטש זאל אנערקענען

די געטליכקייט וואס ליגט אין יעדע זאך

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז אזא קוק איז די ריכטיגע פנימיות’דיגע בליק אויף אלע נבראים. ווען מען קוקט אויף די נבראים אין א אייגענע מציאות פאר זיך, נעמט מען אראפ פון זייער ווערד. ווייל די מעלה פון יעדע זאך ווערט געמאסטן לויט וויפל געטליכקייט אלקות איז דערינען, און דאס איז די גאנצע מעלה, די אלע אנדערע מעלות וואס מען איז איינגעוואוינט פון עוה”ז איז וואס דער עולם השקר פירט זיך, אבער דער אמת איז אז די מעלות פון יעדע זאך איז לויט וויפל געטליכקייט עס איז דערינען. און דערפאר ווען א מענטש זעט דעם דומם, צומח, חי, מדבר, לויטן טיפערן בליק, און זוכט צו זען די געטליכקייט אין יעדע זאך, איז ער מעלה די מדרגה פון אלע באשעפענישן פון א פשוט’ע דרגה פון א נברא, צו א דרגה פון א נברא וואס איז דבוק אין געטליכקייט, און עס ווערט נתגלה די געטליכקייט אין אים. וואס דאס איז די גאנצע מעלה (און סיבה) פון די נבראים, דער עיקר וויפל דורך זיי ווערט אנטפלעקט מלכות ה’.

קכז

די געוואלדיגע מעלה פון צו זען יעדע זאך מיט א ריכטיגן בליק פון אמונה

און ווען א מענטש איז זוכה אז זיין קוק אויף די וועלט איז פון “עד שלא נברא העולם”, דאס מיינט השי”ת פאר ער האט באשאפן די וועלט איז ער געווען אליין, -און יעצט ווען די וועלט שטייט איז פארן מענטש די זעלבע ידיעה און ראיה און הרגשה אז די ברואים זענען פאר אים נישט קיין חציצה צו זען השי”ת אין יעדע זאך, און ביי אים איז דער “עד שלא נברא העולם” אזוי ווי “משנברא העולם”. – דאן קען ער זיך דערנענטערן און באהעפטן צו השי”ת דורך יעדע זאך פון די בריאה. און קיין שום פלאץ און קיין באשעפעניש, שטערט אים נישט צו זיין צוגעבונדן צו השי”ת, און ביי אים איז אפן און אנטפלעקט השי”ת אין יעדע טריט און שריט. און דאן איז ער ערשטנס קיינמאל נישט מחובר צו די באשעפענישן און זייערע מעשים, נאר ער פילט און איז קלאר אז קיינמאל האט נישט א מענטש א חלק אין קיין זאך, און וועגן דעם איז ער מבטל דער התחברות צו די נבראים, צו זייערע מעשים און די תוצאות פון זייערע מעשים. און נאך מער פון דעם, דורך אויסטוהן די צורה פון די נבראים און אנטפלעקן די פנימיות פון זיי, קען מען זיך באהעפטן צו השי”ת דורך יעדע זאך פון די וועלט. (און דער מענטש קען אנקומען צו א טיפע מדרגה פון אמונה און קשר און דבוק זיין אין השי”ת דורך יעדע זאך, וואו ער בליקט און קוקט זעט ער השי”ת, עס רופט זיך עיני אמונה, וואו ער קוקט זעט ער השי”ת). מיר האבן אביסל דערברייטערט דעם ענין, ווייל דאס איז פון די יסוד היסודות פון די פנימיות’דיגע פארשטאנד אין לעבן, און פון דעם קשר צו השי”ת.

קכח

זען אין די בריאה נישט קיין נפרדים נאר אחדות פשוט פון הכל אלקות גמור

ווען א מענטש איז זוכה צו אריינטראכטן און פארשטיין די זאכן, און נאכדעם עס אריינדרינגען אין זיין הארץ, איז ער זוכה צו א שטארקן פעסטן קשר צום בורא עולם, ווייל קיין זאך איז ביי אים נישט קיין מחיצה צווישן אים און השי”ת, און יעדע זאך איז ער מקשר דעם פנימיות צו השי”ת, און דערפאר די דרויסנדיגע צורה פון די זאכן שטערן אים נישט צו זיין דבוק אין השי”ת. דאס מיינט צו זאגן אזא מענטש קען זיך מקשר זיין צו השי”ת נישט נאר פון לימוד התורה און פון קיום המצוות אליין, נאר ער לעבט אין א בחינה פון “בכל דרכך דעהו”, אין זיינע אלע תנועות מעשים דיבורים, ווייסט ער, און ער שפירט השי”ת. ידיעה, וויסן, מיינט חיבור, זיך באהעפטן. ווי עס איז באוואוסט.

דאס איז די עבודה פון מענטש, אוועקנעמען די דרויסנדיגע מראה וואס ער זעט די חיצוניות פון די נבראים, און זיך מדבק זיין אין יעדע צייט יעדע שעה צו די פנימיות’דיגע נקודה פון אלעס, וואס דאס איז השי”ת. און אין דעם איז א ודאי נכלל אז ער האט שוין איינגעקויפט א הכרה ברורה אין מציאות ה’ און די השגחה ווי מיר האבן ערקלערט ביז יעצט, און דורך דעם קנין (וואס איז א אוצר פון גליק אין פרייד) גייט ארויס דער מענטש פון א וועלט פון אפגעטיילטקייטן [נפרדות], וואס יעדע זאך איז פאר זיך אפגעשייד, און ער גייט אריין אין א וועלד פון הכל אלקות גמור, און איז דבוק אין די געטליכקייט פון די וועלט. השי”ת איז איינס, זיין נאמען איז איינס, אלעס ווערט אחדות פשוט, “יחידה ליחדך”. און דער תכלית און סוף פון די דרגה איז א שלימות’דיגע דביקות, א גענצליכע באהאפטנקייט אין “אין סוף”. און יעדער דארף פראבירן פארזוכן פון דעם וויפל ער איז קען.

(דרך אגב דער טעם פון דעם דרך המחשבה איז בעגלייט מיט א מורא’דיגע מתיקות זכרו יתברך, וואס איז מעין עולם הבא, מתן שכרו בצדו, טעמו וראו כי טוב.)

קכט

ואני תפילה – עולם התפילה

נאכדעם וואס דער מענטש האט זוכה געווען צו א שטארקע אמונה אין השי”ת, און ער איז מרגיש און טאפט די הנהגה פון השי”ת אין יעדע טריט און שריט, יעצט איז די צייט אריינצוגיין אין “עולם התפילה”, מיר זענען מדקדק צו שרייבן דוקא א לשון פון ‘עולם’, ווייל דער ענין פון תפילה איז נישט נאר דריי תפילות א טאג, נאר דער מענטש דארף אריינגיין אין א וועלט פון תפילה, לעבן מיט תפילה. דאס איז גאר אין גאנצן א אנדער לעבן. דוד המלך האט שוין געזאגט “ואני” איך בין מיין גאנצן מהות – “תפילה”. ואני תפילה דער גאנצער ‘הלוך ילך’ איז תפילה, ער לעבט אין א וועלט פון תפילה, ער אטעמט תפילה. אזא מענטש וואס לעבט אין עולם התפילה, גייט נישט אריבער קיין פערטל שעה און ער ווענדעט זיך אין זיינע מחשבות אדער דיבור צו השי”ת מיט א תפילה. די ערשטע זאך וואס א מענטש מוז פארשטיין איז, אז תפילה איז זיין לעבן, און נישט נאר א פרטיות’דיגע ענין פון עפעס א צייט אין טאג.

קל

וואס קען העלפן דעם מענטש האבן א שטענדיגער קשר מיט השי”ת

מיר וועלן ערקלערן די זאכן: די צורה פון א לעבן פון א אמת’ער איד איז א גאנג וואס א גאנצן טאג לעבט מען מיט השי”ת, תורה מיט השי”ת מצות מיט השי”ת וכו’, וכו’, (די וועלט איז איינגעוואוינט צו טאן פאר ה’ אבער נישט מיט ה’). די נקודה וואס איז מקשר דעם מענטש במשך א גאנצן טאג צו השי”ת, וואס ברענגט דעם מענטש צו לעבן צוזאמען מיט השי”ת, – איז תפילה. דאס מיינט אז דער פנימיות’דיגער תכלית פון תפילה, איז צו ברענגען דעם מענטשן אז א גאנצן לעבן זאל זיין צוזאמען מיט השי”ת, און ווען מען פארשטייט אז דאס איז דער תכלית פון תפילה, פארשטייט מען קלאר אז עס איז נישט שייך אז דער ענין פון תפילה זאל זיין עפעס א געוויסע צייט אין טאג, אזוי ווי 3 מאל און געענדיגט. ווייל אויב אזוי פעלט דער עיקר תכלית פון תפילה, וואס דאס מיינט א שטענדיגע קשר מיט השי”ת א גאנצן טאג, ווי אזוי קען די קורצע תפילה מקשר זיין א מענטש אויף א גאנצן טאג צו השי”ת? דערפאר מוז זיין קלאר אז דער גאנצער גאנג פון תפילה איז נמשך א גאנצן טאג (אזוי ווי מיר וועלן אי”ה שפעטער קלאר מאכן) און אויף די בחינה האט דוד המלך געזאגט “ואני תפילה”, דאס מיינט צו זאגן אז דער גאנצער מהות סיי זיין נפשית’דיגער חלק און סיי אין בחינה פון צייט, אלעס איז א מהלך פון תפילה.

קלא

וואס דארף מען געדענקען כדי צו לעבן מיט ואני תפילה

מיר וועלן ערקלערן די זאכן: אויב א מענטש איז נישט צוגעבונדן במשך דעם גאנצן טאג, און געדענקט נישט השי”ת, ווי אזוי קען זיין ער זאל זיך ווענדן צו אים יעדע צייט און יעדע שעה? אויב דער עצם געדענקען השי”ת איז פארגעסן פון אים, ק”ו אז ער האלט נישט ביי תפילה יעדע צייט. דערפאר איז קלאר די זאך אז ערשטנס דארף דער מענטש געדענקען במשך’ן גאנצן טאג השי”ת, אזוי ווי מיר האבן אויבן גערעט בהרחבה. און נישט נאר דאס, נאר אפילו אויב ער געדענקט אין השי”ת נאר ער געדענקט נישט שטענדיג אז אלעס וואס טוט זיך דא אויף דער וועלט איז בהשגחה, הכל בכל מכל כל, אלעס אלץ אין אלעמען, יעדע מינוט און יעדע שעה ממש, אן קיין שום יוצא מן הכלל. פארוואס זאל ער זיך אלעמאל ווענדן נאר צו השי”ת, ער געדענקט דאך נישט און שפירט נישט אז השי”ת איז דער איינציגער אדרעס וואס קען העלפן אין יעדן ענין? דערפאר איז קלאר אז צו לעבן מיט א גאנג פון “ואני תפילה”, מוז מען מקדים זיין צוויי יסודות: איינס, געדענקען שטענדיג אז עס איז דא א בורא עולם, צוויי, געדענקען שטענדיג אז ער איז דער מנהיג און ער איז דער איינציגער בעל הבית פון יעדן פרט און פרט פון די בריאה.

קלב

די ידיעה אז נאר השי”ת קען אים העלפן

ברענגט אים אסאך צו בעטן יעדע פאר מינוט

ווען א מענטש לעבט במשך דעם גאנצן טאג מיט די מחשבה און געפיהל אז אלע מעשים, צו הצלחה אדער פארקערט ח”ו, איז תלוי נאר אין השי”ת. ממילא ביי יעדן זאך וואס ער טוט, סיי קודם און סיי בשעת מעשה, זענען זיינע מחשבות און זיין הארצן פאנומען מיט טראכטן אדער זאגן א תפילה צו ה’, צו מצליח זיין זיינע מעשים.

מיר וועלן געבן א ביישפיל: א מענטש גייט דאווענען שחרית, לויט די טאג טעגליכע נסיונות ווייסן מיר גאנץ גוט ווי שווער איז צו דאווענען מיט די ריכטיגע כוונה, ווער קען העלפן דעם מענטש צו דעם? אודאי דארף ער פראבירן לויטן זיינע כחות צו מכוון זיין וויפל ער קען, אבער אן השי”ת’ס הילף קען דער מענטש בכלל נישט מכוון זיין, ווי חז”ל האבן שוין געזאגט ” יצרו של אדם מתחדש עליו בכל יום ואלמלי הקב”ה עוזרו אינו יכול לו”. זעהען מיר אז דער מענטש פון זיין זייט קען בכלל נישט מצליח זיין צו דאווענען מיט כונה, און ווער קען אים העלפן אין דעם? נאר השי”ת! איז אויב דער מענטש איז א בר דעת, דארף ער זיך ווענדן צו השי”ת פאר די תפילה, און בעטן ה’ זאל אים מזכה זיין צו דאווענען מיט די ריכטיגע כונה, און אזוי אינמיטן די תפילה, שפירט ער ווייטער עס איז אים שווער די עבודת התפילה, זאל ער זיך אפשטעלן און בעטן (אדער מיט די מחשבה אדער מיטן מויל ווענט זיך וואו ער האלט) השי”ת ער זאל אים העלפן צו ממשיך זיין דאווענען מיט די ריכטיגע כונה.

קלג

נאך א ביישפיל ווי אזוי אנטוויקלען דעם ‘ואני תפילה’

נאך א ביישפיל: א מענטש גייט צו לערנען תורה, דער מענטש דארף פארשטיין אז אויב השי”ת העלפט נישט קען ער גארנישט משיג זיין לאמיתה של תורה. די תורה איז העכער פון אונזער מענטשליכן פארשטאנד, עס וועט אנגערופן אין ספה”ק “שכל נבדל”. ווייל עס איז אפגעשיידט און העכער פון מענטשליכן שכל צו קענען פארשטיין די טיפע פנימיות און אמת’דיגן פארשטאנד פון די תורה, און אויב דער שכל פון א מענטש איז נישט מעגליך צו פארשטיין די עמקות התורה, איז ווי אזוי קען א מענטש משיג זיין די תורה ווי עס דארף צוזיין? דאס איז נאר מעגליך מיט א סיעתא דשמיא פון השי”ת. “כי ה’ יתן חכמה מפיו דעת ותבונה” נאר ה’ קען העלפן, נאר דורך אים קען מען ריכטיג לערנען און פארשטיין די תורה הקדושה. און אויב דעם מענטשן איז קלאר אז מיט זיינע אייגענע כחות קען ער בשום אופן נישט פארשטיין נאר דורך א הילף פון הימל, דערפאר פאר ער זעצט זיך לערנען דארף ער אויסגיסן זיין הארץ אז השי”ת זאל אים העלפן פארשטיין, און קענען ריכטיג לערנען תורה, דאס מיינט א תפילה פארן לערנען, און סיי אינמיטן לערנען, ביי יעדע קשיא ביי יעדע שווערע ענין וואס עס טרעפט זיך אן, דארף זיין א נאטירליכע זאך זיך צו ווענדן צו השי”ת, ווייל נאר ער קען אים גיבן צו פארשטיין דעם ענין וואס ער האלט יעצט אינמיטן.

און ווען א מענטש לערנט אויף דעם אופן, איז אפילו בשעת’ן לערנען איז ער מקושר צו השי”ת, און די תורה מיט די תפילה איז ביי אים געבונדן צוזאמען. ווייל ווען נישט די וועג, קען א מענטש בשעת’ן לערנען תורה פארגעסן אינגאנצן פון השי”ת פון רוב וואס ער איז פארטיפט אין תורה וכד’, און ער קען צוקומען צו א סכנה אז אפילו ווען ער ענדיגט לערנען וועט ער ח”ו פארגעסן פון השי”ת. און דערפאר די ריכטיגע וועג צו עוסק זיין אין תורה איז נאר דורך דעם אופן פון מקושר זיין מיט תפילות, און דורכדעם וועט זיין לימוד התורה זיין אויף א אופן וואס איז מקשר דעם מענטש מיט השי”ת און נישט ח”ו פארקערט.

די ווערטער וואס מיר זאגן דא זענען נישט קיין נייעס, נאר אזוי אויף דעם אופן האט געלערנט דער חזון איש זצ”ל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אז אין יעדע צייט ווי ער האט אנגעטראפן א קושיא אדער עס איז אים געווען שווער צו פארשטיין, איז ער געגאגען אין א ווינקל און אויסגעגאסן זיין הארץ מיט א תפילה צו השי”ת ער זאל אים מזכה זיין צו פארשטיין פונקטליך דעם ענין. און מען קען אויך זיצן ביי דעם ספר און בעטן, יעדער זאל פראבירן צו טאן וויפל ער קען צו מקשר זיין די תפילה מיט תורה צוזאמען. צו דברי תפילה מיטן מויל אדער במחשבה. (דער ענין פון תפילה במחשבה איז א ספיציעלע טיפע ענין פאר זיך). בעטן השי”ת צו פארשטיין די תורה.

(און וואויל איז דעם מענטש, וואס ער איז זיך מקשר תורה מיט תפילה וואס די ווערטער פון לימוד התורה און פארשטיין ברענגט אים צו מער קירבת אלקים, און אויב ער איז זוכה אין קורצע ווערטער צו דאנקען השי”ת וואס האט אים געהאלפן צו פארשטיין, ווי למשל רבונו של עולם איך דאנק דיר זייער אז דו האסט מיר מזכה געווען צו פארשטיין דעם תוספות וכו’, און דורכדעם איז ער מקושר יעדע מינוט יעדע שעה צו השי”ת, און עס איז א זייער וואונדערליכע עצה צו זיין דבוק אין השי”ת א אמת’דיגע דביקות אלע זיינע טעג)

אזוי זאל זיך דער מענטש איינגעוואוינען בעטן פארן לערנען, אינמיטן לערנען, און נאכן לערנען ער זאל געדענקען וואס ער לערנט, און ה’ זאל אים מזכה זיין ווייטער צו לערנען, און אויב א מענטש וועט אזוי ממשיך זיין, קען ער זיך מיט די צייט איינקויפן א מורא’דיגע גרויסע הצלחה סיי אין השגת התורה, און סיי אין דביקות בהשי”ת, וואס ווערט געבונדן צוזאמען מיטן לימוד און תפילה.

קלד

נאך א ביישפיל

נאך א ביישפיל: א מענטש גייט קויפן א טיש און בענקל וכדו’, האבן מיר שוין ערקלערט אויבן אז דער מענטש זאל פארן גיין קויפן זיך מתבונן זיין אין דעם ענין פון אמונה אז אלעס איז שוין באשטימט וועלכע טיש ער וועט קויפן, און פארן קויפן זאל א מענטש זיך צוגוואוינען צו בעטן און זיך אויסרעדן צו השי”ת מיטן גאנצן הארץ אז עס פעלט אים א טיש, און ער וויל עס קויפן, און ער וויל פראבירן אין די אדער די געשעפט, און אלע פרטי פרטים זאל ער דורכרעדין מיט השי”ת, און אויך בעטן עס זאל אים נישט קאסטן קיין סאך טרחה, און ער זאל קענען אויפן וועג היטן זיינע אויגן, וכו’ וכו’, אלע ענינים וואס דארפן זיין ביים קויפן דעם טיש, אלעס דערציילן פאר השי”ת אלע פרטים וואס קערן צו דעם איינקויפן, און בעטן אויף די אלע פרטים.

קלה

די עצה נפלאה פון רעדן אסאך צו השי”ת

פון די אלע ביישפילן וואס מיר האבן אויס גערעכנט, זאל דער עובד ה’ פארשטיין אז עס איז סתם ביישפילן, אבער באמת דער מענטש דארף זיך איינגעוואוינען בהדרגה טרעפל ביי טרעפל אין יעדע זאך וואס ער איז עוסק, זאל ער מתפלל זיין ער זאל מצליח זיין, סיי ווען ער פארעכט א צובראכענע זאך סיי ווען ער גרייט צו עסן, סיי ער פארט ערגעץ, און ער מוז אנקומען אין א געוויסע שעה, און סיי אז ער גייט עפעס קויפן, אין ווען ער זוכט א חברותא וכו’ וכו’, ביז ער וועט זיך צו געוואונען אז זיין מויל און הארצן וועלן זיין צוגעוואוינט צו בעטן אין יעדן פרט און פרט, יעדע פאר מינוט. (יעדער איינער לפי זיין דרגה, ווייל תפסת מרובה לא תפסת, און עס האט נישט קיין תועלת, וייל דער גאנצער צוגאנג איז צו די הארץ, און די הארץ פארנעמט נישט א שינוי און א עקסטרימע שנעלע וועג) און דורכדעם וועט ער זיך צוגעוואוינען צו מקשר זיין צום חי החיים השי”ת, און עס איז א עצה נפלאה עד מאוד. זייער זייער א וואונדערליכע עצה.

קלו

נאך דברי חיזוק וועגן דעם קשר צו ה’ דורך תפילה

אויך דארף מען וויסן, אז כאטש אז מיט תפילה קענען זיכער געהאלפן ווערן עקרות און אויסהיילן קראנקע און עפנען שערי שפע פרנסה בגשמיות ברוחניות, און אלעס קען מען דערגרייכן דורך תפילה, – פונדעסוועגן דארף דער מענטש פארשטיין אז דאס אלעס איז א טפל צו דעם עיקר מהות פון די פנימיות התפילה. ווייל דער עיקר מעלה און אינערליכן ענין פון תפילה איז, אז דורך תפילה ווערט א מענטש מקושר און דבוק אין לעבעדיגן אייביגן באשעפער. און דער מענטש דארף געדענקען ווען ער בעט א תפילה עפעס צו דערגרייכן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, – וואס איז דער עיקר ענין פון די תפילה. ווייל דאס איז דער סוד החיים צו זען אין יעדע זאך דעם עיקר און דעם טפל, און אלעמאל זען אין יעדן ענין וויפל קרבת ה’ און דביקות קען ער זוכה זיין דורכדעם, און אלע אנדערע ענינים איז נאר א טפל צו דער עיקר סיבה און תכלית הבריאה, וואס דאס איז קירבת ה’ און דביקות בה’.

און בפרט ביים ענין פון תפילה וואס דאס איז “רעדן מיט השי”ת”, קשר מיט השי”ת און א נאנטקייט צו אים. און דאס איז די ארבעט פון דעם מענטש, קיינמאל נישט זיין אריינגעטאן אויף די זאך וואס ער איז בעט, נאר אין דעם עצם מהות פון תפילה, וואס דאס מיינט רעדן מיט השי”ת און זיין נאנט צו אים. און דערפאר ווערט תפילה אנגערופן לשון תפילה, “נפתולי אלקים נפתלתי”, וואס דאס איז לשון דביקות, אזוי ווי עס שטייט אין ספה”ק. ווייל דער גאנצער מהות פון די פנימיות התפילה איז א צוגעבונדנקייט צו השי”ת.

קלז

דער אופן ווי אזוי צו זיין מקושר צו תפילה

און ווען א מענטש איז מתפלל און רעט מיט זיין באשעפער, איז דא 2 מעגליכקייטן: א) אז ער רעדט צו השי”ת אין א לשון פון נסתר – באהאלטן- ‘ער’. ב) אז ער רעט מיט השי”ת אין א לשון נוכח – ער שטייט דא פאר מיר אפן – ‘דו’. און אין דער אמת’ן איז דער עיקר תכלית פון תפילה צו רעדן צו השי”ת אין א אופן פון נוכח, ער שטייט דא לעבן מיר. און אפילו ביים אנהויב איז עס זייער שווער צו משיג זיין, ווייל דער נפש שפירט נאך נישט אזוי אז השי”ת שטייט דא נעבן מיר, פונדעסט וועגן דארף זיך דער מענטש צו געוואוינען אזוי צו טאן. און במשך די צייט צו ביסלאך צו ביסלאך וועט אים השי”ת מזכה זיין צו שפירן אז ער שטייט לעבן אים. און דאס דארף מען אויך פארשטיין צו טאן מיט הדרגה, אז ביים אנהייב זאל מען נאר רעדן צו השי”ת בלשון נסתר, און נאר א מאל א מאל בלשון נוכח, און ליינגזאם ליינגזאם ווען ער שפירט שוין א ביסל א נאנטקייט, זאל ער זאגן בלשון נוכח. און אזוי זאל ער זיך דערברייטערן און אריינטראכטן אז השי”ת שטייט באמת לעבן אים, ביז ער וועט זוכה זיין אז יעדן דיבור מיט השי”ת וועט זיין בלשון נוכח, און ער וועט מרגיש זיין השי”ת נעבן אים ממש ץ

די עבודה איז די פנימיות’דיגע נקודה פון לעבן, און דער תכלית און די כונה פון לעבן פון מענטשן אויף די וועלט, איז צו לעבן מיט זיין באשעפער און מרגיש זיין זיין טאטן ווי ער שטייט לעבן אים ממש קלאר. און אין דער אמת’ן איז עס איינע פון די שווערסטע עבודות וואס איז נאר דא, ווי דער רמח”ל (מס”י פרק יראת חטא) שרייבט “שהחוש סותר לזה”. אבער ווען א מענטש געוואוינט זיך צו לאנגזאם אבער מיט א קביעות, וועט אים השי”ת זיכער העלפן און ער וועט מרגיש זיין השי”ת א גאנצע צייט, און רעדן מיט זיין טאטן אזוי ווי איין מענטש רעטן מיט צווייטן (לשון מס”י פרק החסידות).

ביים אנהייב זעט עס אויס ווייט פון דעם מענטש, אבער ווען דער מענטש געוואוינט זיך אזוי איין, ערשטנס איז זיין גאצער זאג איז נאר ארום און וועגן זיין באשעפער, זיין טאטע, און ער געוואוינט זיך צו צו רעדן מיט זיין טאטן, (וואס ער איז דאך דער גרויסער מלך און האט אלעס און קען אלעס און וויל אונז און איז מטיב יעדע מינוט אזוי ווי אויבן געלערנט) און די זאך וועט אים מאכן אסאך גרינגער, און עס וועט אים דענענטרן צו די הייליגע עבודה, צו מרגיש זיין השי”ת אז ער שטייט אלעמאל נעבן אים, און רעדט מיט אים יעדע פאר מינוט פון טאג אזוי ווי מען רעט צו זיין חבר, מיט א גענצלכע פשטות און זייער א נאטירליכע וועג. אזוי איז געווען די צורה פון לעבן פון די צדיקים אין אלע דורות זיי האבן געשפירט ווי דער אויבערשטער שטייט נאנט צו זיי ממש.


ה | יראה

קלח

דער שורש פון דעם בנין פון מענטש איז יראת העונש, מורא האבן פון דעם שטראף, דאס ווערט אנגערופן אין ספה”ק יראה תתאה, א נידעריגערע יראה (קעגן יראת הרוממות, יראה פון די גרויסקייט פון באשעפער, וואס ווערט אנגערופן יראה עילאה, א דערהויבענע יראה) און יראת העונש ווערט צוטיילט אויף 2 חלקים: א) א הימלישע שטראף ווי גהינם וכדו’. ב) א שטראף אויף די וועלט, כל מיני יסורים רח”ל. מיר וועלן רעדן ערשט וועגן ערשטן חלק, יסורים פון הימל און גהינם. אין די וועג פון זוכה זיין צו יראת העונש דורך שטראף פון גהינם איז זייער שווער פאר דעם מענטש, ווייל מיט זיינע אויגן זעט ער נישט דעם גהינם, און דערפאר איז שווער צו שפירן דעם פחד פון דעם, ווייל אזוי איז דער נאטור פון דעם גוף, אז ער האט נישט מורא פון א זאך וואס ער זעט נישט מיט די אויגן. אויב דער מענטש וואלט געווען אויסגעלייטערט, וואלט ער געקענט צוקומען צו מורא האבן פון גהינם, אבער וויבאלד נאר יחידי סגולה זענען זוכה צו דעם, צו זען דורך זייער נשמה וואס טוט זיך אין הימל, און זיי האבן סיי ווי זוכה געווען צו דעם נאר נאכדעם וואס זיי האבן זוכה געווען צו יראת העונש, אויב אזוי, איז דאך נישט די וועג צו יראת העונש.

און באמת דער עיקר וועג צו דערגרייכן יראת העונש איז דורך כח פון דעם שכל, וואס דאס איז דער כח פון פארשטעלונג אין מוח, דער כח הציור וואס דורך דעם כח קען ער זיך פארשטעלן א בילד ווי אזוי זעט אויס דער גהינם, און דורך דעם צו קומען צו יראה. אבער למעשה זענען זייער ווייניג אין אונזערע דורות וואס האבן אזא שטארקן כח הציור והשכל, וואס קענען גענוי פארשטעלן אין מוח מיט א שטארקע קלארקייט דעם גהינם אויף אזא אופן עס זאל משפיע זיין אויף זייער הארץ צו מורא האבן פון דעם עונש, און זייער וויינג קענען גיין אויף דעם וועג, דערפאר איז זייער שווער צו דערגרייכן יראת העונש, ווייל דער גוף זעט עס דאך נישט, און די נשמה וואס זעט עס יא, איז פארהוילן פון אונז, און דער כח פארשטעלונג הציור והשכל איז זייער שוואך, דערפאר האבן רבותינו פון דורות אחרונים אויפגעהערט צו רעדן וועגן דעם ענין פון יראת העונש. און קעגן דעם איז געווען רבנים וואס האבן געהאלטן זיך נישט צו רירן פון דעם יסוד פון יראת העונש, און זיי האבן ממשיך געווען צו עוסק זיין אסאך אין דעם ענין, אפילו עס איז אזוי שווער צו משיג זיין. און בדרך כלל האבן זיי עוסק געווען א גאנצן לעבן לערנען מיט’ן מענטשן וועגן יראת העונש, און מען האט נאך אלס נישט זוכה געווען בשלימות, וועגן די גרויסע שווערקייטן דאס צו דערגרייכן. און סיי די וועג און סיי די וועג איז א סכנה’דיגע וועג, ווייל אויב א מענטש היפערט דער גאנצן ענין פון יראת העונש, און איז ממשיך ווייטער אין עבודת ה’, פעלט אים דאך דער בסיס, און ח”ו בשעת קטנות המוחין ווען ער פאלט אראפ און ער האט א ירידה, און דער פייער פון אהבה ברענט נישט אין זיין הארץ, איז נישטא קיין כח וואס זאל אים אפהאלטן פון צו זינדיגן ח”ו, ווייל ער האט נישט אין זיין הארץ א קנין נפש פון יראת העונש. און אנטקעגן דעם אויך אין די צוויטע זייט, איז דא א סכנה וויבאלד יראת העונש איז שווער איינצוקויפן, קען ח”ו זיין א איד זאל הארעווען א גאנצן לעבן נאר אויפן ענין פון יראת העונש, און בכלל נישט ממשיך זיין ווייטער, קומט אויס אז ער גייט אוועק פון די וועלט מיט כמעט גארנישט.

קלט

ווי אזוי זאל יראת העונש ברענגען צו קרבת אלקים

לאמיר אנהויבן ערקלערן די פנימיות’דיגע נקודה פון יראת העונש: עס איז א דא א פעסטער כלל לויט ווי מיר האבן געשריבן עטליכע מאל, אז אין יעדן ענין און ענין דארף דער מענטש זען אין דעם השי”ת, און זען ווי אזוי ער קען קומען נענטער צו השי”ת דורך דעם ענין. די זעלבע איז געזאגט לגבי יראת העונש, צום ערשט דארף מען געפינען השי”ת אין דעם יראת העונש, און נאכדעם אריינטראכטן און פארשטיין ווי אזוי מען קען דורך יראת העונש זיך דערנענטערן צו אים.

ערשטנס זאל מען זיך מתבונן זיין ווער האט באשאפן דעם גהינם? דער גהינם איז דאך א באשעפניש פון השי”ת, און נאכמער פון דעם, אריינטראכטן ווער באשטראפט אין גהינם? צו ארבעט דער גהינם פון זיך אליין? און ווערט געפירט פון אייגענע כחות? א ודאי נישט! נאר השי”ת דער איינציגער באשאפט און איז מחדש יעדע מינוט דעם גהינם (“יוצר אור” א לשון הוה, יעצט, און אזוי אויך אלע נבראים ווערן מחודש יעדע מינוט) און השי”ת אליין איז דער וואס שטראפט דעם מענטש אין גהינם.

קמ

ווער האט באשאפן דעם גהינם און פארוואס

יעצט לאמיר אריינטראכטן פארוואס האט ער באשאפן דעם גהינם? ווייל ער וויל שלעכטס טאן מענטשן? ניין און ניין. עס איז קלאר אז השי”ת וויל מיר זאלן זיין נאנט צום אים, און ווען עס איז דא מחיצות פון זינד, וואס פארמיידט פון דעם מענטש צו זיין נאנט און דבוק אין השי”ת, איז איינע פון די מעגלכקייטן צו אוועק נעמען די מחיצה, איז דורך שטראפן אין גהינם. קומט אויס אז דער גאנצער ענין פון גהינם איז נאר א וועג צו קומען נענטער צו השי”ת.

קומט אויס אז ווען דער מענטש האט סתם מורא פון דעם גהינם און געדענקט נישט ווער האט באשאפן דער גהינם און ווער איז דער וואס באשטראפט דארט אין וועגן וואס באשטראפט ער, – פעלט אים דער עיקר תכלית פארוואס מען ווערט געשטראפט. ער האט מורא א דרויסנדיגע פחד פון גהינם, און קומט נישט צו דעם תכלית וואס וועגן דעם איז באשאפן געווארן דער סארט פחד.

קמא

וואס איז דער תכלית פון דעם פחד

און אזוי ווי עס איז דא שטראף פון גהינם, אזוי איז דא פחד פון דעם עונש. מען מוז פארשטיין וואס איז דער תכלית פון דעם פחד? וויל דען השי”ת מצער זיין דעם מענטש און אים דערשרעקן? זיכער און קלאר אז נישט. נאר וואס דען, אזוי ווי דער גאנצער תכלית פון מענטש איז צו זיין נאנט צו השי”ת, און ווען דער מענטש איז עובר אויף זיין רצון, ווערט א מחיצה וואס שיידט אפ צווישן מענטש און ה’, דערפאר האט ער באשאפן דעם גהינם, אז דער מענטש זאל מורא האבן און דורך דעם פחד זיך נישט דערווייטערן פון השי”ת וועגן זיינע זינד. קומט אויס אז דער פחד פון גהינם איז נישט א תכלית פאר זיך, נאר דער גאנצער ענין פון דעם פחד איז, אז דורכדעם זאל א מענטש זיך היטן פון אזינד און נישט דארפן געשטראפט ווערן, און נישט דארפן זיין ווייט פון ה’. קומט אויס אז אויב דער מענטש האט מורא א פשוט’ע מורא נאר פון דעם גהינם אליין, אן קיין שום דערמאנונג וואס איז דער תכלית פון דעם פחד, פעלט אים דער עיקר.

און דאס איז זייער א וויכטיגע יסודות’דיגע נקודה. מען דארף געדענקען אז דער גהינם, זיין עונש, און דער פחד פון דעם, איז נאר צו ברענגען א פחד פון א זינד, א פחד פון א מחיצה צוישן מיר אין ה’, וואס שטערט די קרבת אלקים. און גהינם איז נישט סתם א זאך פאר זיך. קומט אויס אז ווען א מענטש הארוועט צו איינקויפן יראת העונש, זאל ער ערשטנס געדענקען פון וועמען האט ער מורא, פון גהינם אדער פון השי”ת וואס באשטראפט דארט אין גהינם. (א ודאי האט ער מורא פון דעם שטראף, נאר מען דארף געדענקען ווער באשטראפט. און דאס איז זייער א טיפער ענין וואס דער משגיח ר’ יחזקאל לעוינשטיין זצוק”ל האט גערעט) אויך דארף מען געדענקען וואס איז דער תכלית פון די סארט יראה.

קמב

בודק זיין וויפל האט מיר די יראת העונש דערנעטערט צו השי”ת

ווען א מענטש הארוועט צו איינקויפן יראת העונש אין דעם אופן, דאן באקומט זיין גאנצע עבודה א אנדער פנים. אויב ער גייט נישט אויף דעם גאנג, קען א מענטש ח”ו הארעווען יארן צו מורא האבן פון עונשים פון גהינם, און ח”ו פארגעסן אינגאנצן וועגן השי”ת, און אין די יארן איז ער עוסק אין יראה, און אין גהינם, אבער השי”ת האט ער פארגעסן. אבער אויב דער מענטש גייט אויף דעם וועג וואס מיר האבן אויבן דערמאנט, ווערט דער יראת העונש אליין א עצה טובה זיך צו דערנענטערן צו השי”ת, און נישט ח”ו פארקערט.

דאס ענדע פון דעם איז: א מענטש זאל א גאנצע צייט בודק זיין אויב דורך יראת העונש געדענקט ער בעסער אז השי”ת פירט די וועלט, און ער פילט אז עס דערנענטערט אים צו מרגיש זיין השי”ת, אדער ח”ו דורך יראת העונש איז ער איינגעזונקען אין זיך, מיט דאגה און פחד, און ציטערט ער זאל נישט געשטראפט ווערן, און דורכדעם וואקסט גרעסער און גרעסער דער “אני”, זיין איך. און דערפארגעסן אינגאנצן פון השי”ת ווערט מערער און ברייטער ח”ו.

קמג

ווען א מענטש האט א ירידה העלפט אים די יראת העונש זיך נישט דערווייטערן פון השי”ת

נאך עפעס איז וויכטיג צו וויסן. אז יראת העונש איז נישט א ענין פון בדיעבד וכד’ וואס איז שייך נאר פאר קליינקעפיקע אדער פאר מענטשן וואס האבן נישט גענוג פארשטאנד. דער אמת אז אין ספה”ק שטייט אז יראת העונש איז געמאכט פאר קטני דעת וחסרי שכל, אבער זייער כונה איז געווען אז פאר די סארט שוואכע מענטש אין פארשטאנד איז נאר גענוג פאר זיי יראת העונש (וויל פאר זיי איז שווער משיג זיין אויך יראת הרוממות יראה פון די גרויסקייט אין פארכטיגקייט פון גרויסן מלך מלכי המלכים), אבער עס איז קלאר אז די גרעסטע גדולי תורה פון אלע דורות האבן אויך געדארפט האבן, און האבן געהאט יראת העונש, ווי מיר האבן אויבן דערמאנט אז בשעת א ירידה און חלישות הדעת, דארף יעדער מענטש זיך מחזק זיין מיט יראת העונש, ווייל אין דעם מצב פועל’ן נישט די אלע השגות פון יראת הרוממות, זיי ווערן פארשטעלט. און די גאנצע שמירה פון א עבירה אין אזא מצב איז נאר דורך די יראת העונש וואס איז איינגעווארצלט אין אים.

און דערפאר דארף א מענטש וויסן צום אנהייב אז בשעת ער הייבט זיך אן צו הארעווען מרגיש זיין יראת העונש ווייל דאס איז רצון ה’ צו הארעווען אויף דעם, איז אין די צייט וואס ער הארעוועט אויף דעם, טוט ער רצון ה’. און דורך די נקודה אז ער טוט רצון ה’ מיטן הארעווען אויף יראת העונש, דאס אליין איז אים מקשר צו השם יתברך. ווייל די גאנצע הארעוואניע איז נאר ווייל ה’ וויל אזוי. (און א ודאי איז דא פאלן וואס ער הארוועט טאקע ווייל ער האט מורא פון דעם עונש, און ער האט מורא פון זיך אליין פאר וואס ער האט נישט גענוג מורא פון דעם עונש און ער וועט גרינג עובר זיין און געשטראפט ווערן, און עס הייסט טאקע אמאל אז ער הארוועט צו מורא האבן נאר וועגן די סיבה נישט געשטראפט צו ווערן, און נישט ווייל ער וויל קרבת אלקים און רצון ה’, אבער פונדעסוועגן זאל ער פראבירן ווייטער, אפילו עס איז אויך דא די סיבה, זאל ער נישט אפלאזן און עס טאן וועגן ביידע סיבות: א) ווייל ער האט טאקע זייער מורא נישט געשטראפט צו ווערן. ב) ווייל דאס איז רצון ה’ צו הארעווען אויף יראת העונש) און אפילו עס איז אויסגעמישט די פניה מיט דעם אמת’ן רצון, דאס וואס ער האט מורא פארן אייגענעם “אני”, אז ער וועט עובר זיין און וועט געשטראפט ווערן, פונדעסטוועגן קען ער אויך דורך די וועג זיך מקשר זיין צו השי”ת: א) ווייל ער געדענקט ווער האט באשאפן דעם גהינם, און באנייט עס יעדע מינוט “המחדש בטובו בכל יום מעשה בראשית”. ב) ער געדענקט ווער עס באשטראפט דארט. ג) ער געדענקט דעם תכלית פון דעם שטראף אין גהינם, אז דורך דעם זאל זיך א מענטש דערנענטערן צו השי”ת, אוועקנעמען דורך יסורים די מחיצות צווישן אים און ה’. ד) און ער געדענקט דעם תכלית פון דעם פחד פון די עונשים אין גהינם, אז דורכדעם וועט ער בשום אופן נישט וועלן זינדיגן און זיך דערווייטערן פון השי”ת. ה) און אז אפילו די סיבה צו זוכה זיין צו יראת העונש איז בסך הכל נאר רצון ה’, אפילו ביי אים איז דא נאך סיבות.

האבן מיר דא 5 חלקים אין יראת העונש, וואס דורכדעם קען א מענטש זיך דערנענטערן צו השי”ת, און דורכדעם וועט ער נישט זיין איינגעזונקען אין זיך, נאר געדענקען לאורך כל הדרך זיין באשעפער ווי עס דארף צו זיין, און זיך דערנענטערן דורך די מצוה פון אני מאמין בשכר ועונש.

קמד
תפילה אויף דעם
און ווען דער מענטש געדענקט שוין די אלע 5 חלקים וואס מיר האבן דערמאנט, איז שוין צייט ער זאל יעצט אנהייבן הערעווען איינקויפן אין נפש דעם ענין פון יראת העונש. און פארשטייט זיך אז צום ערשט דארף דער מענטש לערנען אין די ספרים וואס שרייבן וועגן יראת העונש, און שטעלן פאר גהינם און חיבוט הקבר, אין ראשית חכמה שער היראה וכד’, און ליינען אין סיפורי צדיקים וואס דערציילן וואס עס טוט זיך אויבן אין בית דין של מעלה, ווי למשל מנחת יהודה די גייסטער דערציילן פון מקובל הרב פתיה זצ”ל, און נאך ענדליכע ספרים. און פראבירן צו פארשטעלן דאס אין זיין מוח יעדער לויט זיין כח השכל.

אבער דער עיקר פון אלעס איז דאך אז דורך די גאנצע צייט פון לערנען און טראכטן אויפן יראת העונש, זאל ער זיך אויסגיסן די הארץ פאר השי”ת מיט א תפילה. ווי צום ביישפיל: ‘דו השי”ת האסט דאך באשאפן די וועלט, און האסט באפוילן צו מורא האבן פון דיר, און מורא האבן פון דיין עונש, און וועגן וואס האסט דען דאס געטאן? אז איך זאל זיך נישט דער ווייטערן פון דיר, נאר כדי איך זאל זוכה זיין צו זיין נאנט צו דיר, און דו האסט מיר געגעבן א מוח, א כח זיך פארצושטעלן, און עס איז מיר דאך זייער שווער לויט מיינע כחות צו זוכה זיין צו אמת’ע יראת העונש, דערפאר בעט איך דיר, איך פון מיין זייט וויל פראבירן צו טאן אלעס צו מורא האבן פון דיר, אבער איך ווייס אז איך אליין וועל נישט אנקומען צו אמת’ע יראה, בעט איך דיר השי”ת, העלף מיר, זיי זיך מרחם אויף מיר, און ווארצל איין אין מיין הארץ איך זאל פון דיר מורא האבן אלע מיינע טעג, און דורכדעם וועל איך נישט צוקומען צו קיין חטא ח”ו, און איך זאל זוכה זיין צו זיין נאנט צו דיר אלע מיינע טעג’.

און אזוי זאל יעדער בעטן לויט זיין לשון פון טיפן הארצן, און אים אויס רעכענען אלעס וואס ער פילט וועגן דעם ענין, די סיבה פארוואס ער הארוועט צו יראת העונש, און די שווערקייטן וואס שטייען אים אין וועג, און בעטן ה’ הילף אויף דעם. און דאס אלעס מיט די קלארע הכרה אז דער מענטש אליין אן הילף פון השי”ת, קען ער הארעווען טויזנט יאר און ער וועט נישט זוכה זיין צו די אמת’ע יראת העונש. און ער זאל וויסן, פארשטיין און פילן, אז זיין גאנצע עבודה ווענט זיך נאר אין הילף פון ה’.

און אזוי זאל ער מתפלל זיין אויף דעם כלליות’דיגן ענין פון יראה, און אויך בפרטיות. למשל ער גייט אופן גאס און ער האט מורא אז ער וועט נישט היטן געהעריג די אויגן ח”ו, זאל ער מקדים זיין א תפילה ער זאל באקומען א מורא אופן וועג, און מען זאל אים העלפן פון הימל היטן די אויגן. אין יעדע פאל וואס איז שייך צו האבן יראה, זאל ער מקדים זיין א קורצע תפילה אויף דעם. קומט אויס אז ער איז מתפלל אויף א כלליות’דיגן אופן צו קונה זיין יראת העונש, און אויף יעדן פרט און פרט וואס קומט אין וועג, און ער האט מורא אז אפשר וועט ער נכשל ווערן, איז ער אויך מתפלל.

קמה

יראת העונש דורך מתבונן זיין אין יסורים פון די וועלט ח”ו

ביז יעצט האבן מיר עוסק געווען אין יראה פון די שטראפן פון גהינם, יעצט וועלן מיר עוסק זיין אין יראה פון יסורי עולם הזה, ווי קרענק אדער שמערצן רח”ל. די ערשטע זאך דארף מען זיך מתבונן זיין, און קוקן אויף די קראנקע ה”י וואס זענען ארום אים, דער לייט אויף די הארץ רח”ל דער אויף די פיס וכו’ וכו’. און אריינטראכטן צודען איז דער קראנק אויף די הארץ וכו’ סתם? אן א סיבה? זיכער אז נישט סתם. ווייל ‘אין יסורים בלא חטא’. און אויף יעדן איבר וואס דער מענטש זינדיגט, קעגן דעם ווערט ער געשטראפט אויף דעם איבר. און דערפאר אין יעדן איבר וואס איך זע אז א מענטש ווערט געשטראפט, איז דאך קלאר אז מען האט פוגם געווען און געזינדיגט מיט דעם איבר, און דורכדעם גייט אריין אביסל יראה אין זיין הארץ.

קמו
איבונגען צוקומען צו יראת העונש
אויסער דעם זאל א מענטש ממחיש זיין, זיך מאכן די זאך לעבעדיג. ווי צום ביישפיל ער זאל שטיין נעבן א זאך וואס געהערט צו זיין חבר, און ווען קיינער זעט נישט זאל ער זאגן (קודם צו זיך, אין נאכדעם צום רבונו של עולם) אזוי ווי די זאך ליגט יעצט דא, לכאורה קען איך עס יעצט גנב’נען, ווייל קיין מענטש איז נישטא קען מיר זען, פארוואס זאל איך עס נישט טאן? ווייל איך ווייס אז אויב איך וועל גנב’נען וועל איך ווערן באשטראפט. און אויב איך וועל גנב’נען מיט די האנט, וועל איך זיכער מוזן געשטראפט ווערן אויף די האנט, אדער מיט ווייטאגן אדער עס וועט ווערן געליימט אדער אפגעהאקט ח”ו. אזוי זאל ער זיך מאכן ביישפילן אין די פיס, און ער זאל טראכטן צו זיך, איך קען גיין אין יענע פלאץ וואס איך ווייס אז מען טאר נישט דארט גיין, למשל אין א פלאץ פון פריצות ווען מען קען גיין דורך א אנדער וועג, און פארוואס גיי איך נישט דארט? ווייל איך ווייס אז איך וועל געשטראפט ווערן מיט די פיס און אזוי מיט די אויגן, אויערן. און מיט יעדע זאך זאל ער לעבעדיג מאכן נאכאמאל און נאכאמאל, זייער פיל מאל, אויף אלע מיני אופנים און פארעמ’ס, מיט יעדן חולה וואס ער באגעגנט זיך, זאל ער עס אויפניצן צו טראכטן פון יראת ה’. (פארשטייט זיך נאר אין די תקופה וואס ער איז עוסק אין איינקויפן יראה, ווייל יעדן מאל דארף ער זען ביי וועלכער ענין ער האלט, וד”ל)

און דאס איז גרינגער צו דערגרייכן די יראה, ווי פון יסורי גהינם. ווייל יסורי גהינם זעט מען נישט מיט די אויגן, אבער יסורי עולם הזה איז קלאר פאר א מענטש מיט די קלארע חושים, און ער האט מורא פון די יסורי עוה”ז.

אבער לכאורה איז דא א פראבלעם אין די וועג, ווייל מ’זעט דאך אסאך מענטשן וואס זינדיגן אמת’ע זינד, און דאך זעהען מיר נישט ווי זיי ווערן בכלל געשטראפט, און דערפאר ווערט דער מענטש אפגעשוואכט די קלארקייט אז יעדע זינד בריינגט א שטראף און יסורים מיט ליידן, ווי עס שטייט “אין יסורים בלא עוון”. (די שוואכקייט איז אמאל בהכרה און אמאל אונטער זיין וויסן) ווייל פאר זיינע אויגן זעט אויס פארקערט.

און דער אמת איז אז עס איז דא עבירות וואס דער מענטש ברענגט אויף זיך יסורים אויף די וועלט, און עס איז דא עבירות וואס דער מענטש באקומט די יסורים אין די אנדער וועלט. און אלעס איז טיפע הימלישע חשבונות. און פארדעם איז שווער דורך דעם אופן צו קויפן א שלימות’דיגע יראה. און דערפאר דארף דער מענטש פראבירן זיך קונה זיין יראה סיי דורך יסורי גהינם, און סיי דורך יסורי עוה”ז, יעדער לויט זיין כח. און עס אז קלאר אז מען דארף מרבה זיין אין תפילה אויף דעם, אזוי ווי מיר האבן שוין פריער ערקלערט.

מיר וועלן נאכאמאל מדגיש זיין: אזוי ווי עס איז דא ביי א מענטשן צייטן פון עליה און צייטן פון ירידה, אזוי איז דא א דרך פאר צייטן פון עליה און פאר צייטן פון ירידה. צו וועגן פאר צייטן פון עליה איז יראת הרוממות און אהבת ה’ און אזוי ווייטער. און די וועג צו די צייט פון ירידה איז יראת העונש. און דאס איז דער פארעם וואס השי”ת האט אויסגעשטעלט די בריאה. און דערפאר זענען די אלע סארטן עבודות באליבט ביי השי”ת, אויב זיי ווערן געטאן אויף די ריכטיגע וועג, אזוי ווי עס ווערט געבריינגט אויבן. אבער עס איז קלאר אז עס איז נישט דוקא די כונה אז אין צייטן פון ירידה זאל מען אנהייבן הארעווען אויף יראת העונש, עס זאל ווערן א קנין ביי אים. ווייל אין די תקופה פון ירידה, ווערט דאך געטאן די עבודה מיט א פוילקייט. נאר מיר מיינען צו זאגן אז דער עיקר וועג זיך באניצן מיטן כח פון יראת העונש, איז אין צייטן פון ירידה.

(און די טיפקייט פון די זאכן איז: עס איז דא א פנימית’דיגער תיקון וואס דאס איז דורך אהבה וכדו’, און עס איז דא אדרויסנדיגער תיקון, תיקון הגוף, וואס דאס איז דורך יראה און פחד. און דערפאר דארף א מענטש האבן א אמת’ר יראת העונש, וויל אויב נישט, וועט ער ח”ו מוזן האבן פחדים פון דרויסנדיגע זאכן, און נישט פחד פון עונש און פון השי”ת, און דערפאר זאל דער מענטש פארשטיין אז דע קנין פון יראת העונש איז גאר א וויכטיגע פונקט, און נישט קיין בדיעבד. אבער דאס איז אלעס נאר אויב דאס ווערט געטאן מיט די קלארע פארשטאנד און הכרה אז דאס איז רצון ה’ מען זאל מורא האבן פון השי”ת, און נישט א מורא וואס דער מענטש האט מורא פון דעם “זיך,” פון דעם “אני”, אז ער זאל נישט דארף ליידן. און אויב א מענטש ארבעט אויף דעם מיטן ריכטיגן וועג, קומט ער צו זיך צו פרייען מיט דעם יראת ה’, ווייל ער פרייט זיך אז ער איז זוכה צו טאן רצון קונו, און דאס איז באמת די פנימיות’דיגע צורה פון די יראה, “וגילו ברעדה”, און חז”ל זאגן “במקום גילה שם תהא רעדה”. ווייל ווען א מענטש בויט זיך אין יראת ה’ לשם שמים, איז ער זוכה מיט די יראה צו שפירן שמחה וואס ער טוט רצון ה’. זעהען מיר עס איז דא דא יראה צוזאמען מיט שמחה, וואס ווערט ענטוויקלט פון די נאנטקייט צו השי”ת דורך די אמת’ע יראה. און פארשטיי עס גוט וויל עס איז א טיפע זאך).

קמז

די יראה וועט ברענגען צו אהבה

עס שטייט “כי כאשר ייסר איש את בנו כן ה’ אלקיך מיסרך” אזוי ווי א טאטע שטארפט דעם קינד, אזוי שטראפט ה’ דעם מענטש. קומט אויס אז די יסורים און עונשים, ווייזן אויף “בנך”, אויף א אהבה. און ווער עס איז זוכה אריינצוגיין טיפער אין דעם פנימיות פון יראה, איז זוכה זיך צוטרעפן מיט השי”ת אין די יראה, און שפירן צוזאמען די ליבשאפט צו השי”ת, און דורכדעם ווערט ער דבוק אין ה’ מתוך יראה. ווייל די יראה איז דאך א מצות עשה דאורייתא, און מצוה איז פון לשון צוותא, צוזאמען, און אויך דורך די מצות היראה קען דער מענטש זיך מקשר זיין און זיין דבוק אין השי”ת. און די זאך איז זייער פארהוילן, ווייל מענטשן מיינען אז יראה איז נאר פחד, און וועגן דעם האבן זיי אין זייער נפש א דערווייטערונגן פון צו האבן א רצון צו עוסק זיין אין מדת היראה, ווייל זיי ווילן נישט לעבן אין פחדים, און דאס איז אלעס ווייל עס פעלט זיי די הכרה די פנימיות פון מהות היראה, אז דער אמת’ער אויסקוק פון יראה איז “וגילו ברעדה,” וואו עס איז דא פרייד און שמחה, דארף זיין ציטער פאר השי”ת. און דורך די פנימיות’דיגע יראה איז מען זוכה צו אהבת ה’ און דביקות אין ה’ און עס קומט דארט בכלל נישט אריין עצבות אדער סתם פחדים. א יראה וואס ברענגט נישט א מענטש צו אהבת ה’ און דביקות, איז א סימן אז דער מענטש איז עוסק אין דרויסנדיגע יראה, און ער האט נאך נישט זוכה געווען ארינצוגיין אין די טיפעניש פון עולם היראה, און דערפאר דארף דער מענטש גלייך אריינגיין אין דעם ענין פון איינקויפן יראה אויף א אופן וואס ער זאל קענען גלייך מיט די יראה ליב האבן השי”ת, און זיך באהעפטן צו ה’, און זיך פרייען מיט ה’.

און דאס מיינט די טיפקייט פון מאמר חז”ל “שמחים ביסורים”, דאס מיינט צו זאגן אז דער עצם יסורים ברענגט זיי צו אהבה, שמחה, אוין דביקות בה’. א מאל האט זיך א צדיק אויסגעדריקט, אז א מענטש קען זיין דבוק אין השי”ת אפילו ווען ער זיצט אין גהינם, און דער מיין פון דעם איז ווי מיר האבן געלערנט אויבן, עס איז נישטא קיין וועג אין עבודה וואס שיידט אפ פון די אהבה צו השי”ת, פון יעדן ענין און ענין און אין יעדן מצב דארף זיך א מענטש מקשר זיין און באהעפטן צו השי”ת. און עס איז קלאר די זאך אז אפילו מיט יראת העונש קען דער מענטש צו קומען צו קרבת ה’ און דביקות. ווען א מענטש איז זוכה צו פארשטיין און אריינטראכטן אין די זאכן וואס מיר האבן יעצט געלערנט, איז אזוי ווי ער איז גרייט צו איינקויפן אהבת ה’ און שמחה, אזוי וועט ער צו גיין קויפן יראת העונש מיט שמחה. ווייל אין דעם פנימיות זענען ביידע גלייך, אלעס איז נאר צו מקרב זיין אין מדבק זיין דעם מענטש צו השי”ת. “ואני קרבת אלקים לי טוב” אפילו דער נאמען “אלקים” “מדת הדין”, לי טוב, איז מיר גוט, ווייל סיי פון דעם אין סיי פון דעם, פון יעדן אופן קען מען אייקויפן א נאנטקייט צו השי”ת.

קמח

פארשידענע דרגות פון יראה

ביז יעצט האבן מיר עוסק געווען אין יראת העונש סיי פון יסורי עוה”ז און סיי פון יסורי גהינם, אבער אינדעראמת’ן איז דא 5 מדרגות פון יראה: א) די אויבנדערמאנטע יראת העונש והיסורים. ב) יראת הכבוד, ער האט מורא ער זאל נישט ווערן פארשעמט ווי חז”ל זאגן “כל אחד נכווה בחופת חברו”. ג) יראת השלימות, וויבאלד אז ער פארשטייט און אנערקענט אז דער שלימות איז דביקות בה’, האט ער מורא טאמער וועט ער נישט קענען צוקומען צו דביקות וועגן זיין זינד (די 3 בחינות שרייבט דער מסילת ישרים אין פרק הזהירות). ד) יראת הרוממות, בשעת ער טוט א מצוה האט ער מורא אז ער וועט עס נישט טאן ווי עס דארף צו זיין, און ער וועט פוגם זיין אין כבוד ה’. ה) יראת חטא, אז ער האט מורא יעדע מינוט טאמער וועט ער פוגם זיין אין כבוד פון מלך מלכי המלכים. (די 2 לעצטע בחינות ווערט ערקלערט אין מס”י פרק יראת חטא).

ביז יעצט האבן מיר נאר גערעט פון יראת העונש, און וועגן יראת הכבוד וועלן מיר נישט עוסק זיין, ווייל רוב מענטשן כאפן נישט, און נאטורליך שפירן זיי נישט דעם כבוד פון דעם עולם העליון, ווייל דאס קען נאר משיג זיין די נשמה, און צודעם דארפן מיר ווייטער נוצן דעם כח פון ציור זיך צו פארשטעלן, אזוי ווי ביי יראת העונש, און דאס איז שווער פאר רוב מענטשן, האבן מיר נישט מאריך געווען אין דעם. אויסער די מענטשן וואס נאטירליך זוכן זיי כבוד, איז פאר זיי די עבודה גרינגער. און אויב נישט, וועט דער מענטש דארפן אסאך איינשטעקן צייט אין דעם, אין עס זעט אויס אז רוב פון אונזער דור איז בעסער עוסק זיין אין יראת העונש און אין יראת השלימות, און נישט אין יראת הכבוד, ווייל די צייט איז קורץ והמלאכה מרובה, און לויט רוב פון אונזער דור, וועט זיין צו א גרויסע השקעה אין דעם ענין פון יראת הכבוד.

קמט

וועגן יראת השלימות

וועגן דעם וועלן מיר בעסער עוסק זיין אין יראת השלימות, וואס דאס איז א פארכט, א פחד, טאמער וועט צוליב א זינד אים פעלן פון שלימות, דהיינו ער וועט נישט קענען זיין דבוק אין השי”ת. ווי דער רמח”ל שרייבט ‘אז דער עיקר אמת’ע שלימות פון א מענטש אויף די וועלט איז זיין באהאפטן אין השי”ת’, און יעדע איינציגע זינד שטערט דעם מענטש פון די נאנטקייט און באהאפטנקייט צו השי”ת. און דערפאר איז די ערשטע ארבעט פון מענטש, צו וויסן אז וואס איז דער שלימות? דאס איז דביקות בה’! און שפעטער זאל מען וויסן קלאר אז א זינד צו שטערט און פארמיידט פון דעם מענטש דער שלימות, דער דביקות. און דערנאך דארף מען נאך די ידיעה אויך זייער שטארק בענקען און וועלן אט דעם דביקות. און ווען דער מענטש וויל זייער זייער שטארק, האט ער אטאמאטיש א פחד א פארכט טאמער זיין רצון וועט נישט מתמלא ווערן. ווייל כל זמן א מענטש האט נישט דעם אייזערנעם שטארקן רצון צו קרבת ה’, פארשטייט זיך אליין אז ער האט נישט אזא שטארקע צער אדער פחד אויב ער איז נישט אזוי נאנט צו השי”ת, ווייל ער פארשטייט נישט דעם גרויסן גליק און טייערקייט פון צו זיין נאנט צו השי”ת.

קנ

א גרויסער יסוד אין יראת חטא

מיר וועלן געבן א משל צו די זאך: א מענטש גייט ארויס פון זיין שטוב, און ער וויל יעצט גיין צו א חופה פון זיין חבר, וואס איז 6 אזייגער, אין די צייט וואס ער גייט צו די באס, זעט ער אז דער באס גייט אריבער פאר זיינע אויגן, ווי שטארקער דער רצון פון אניאגן די חופה פון זיין חבר איז, אזוי איז דער צער גרעסערער פון דעם פארשפעטיגן, לויט די מאס וואס ער האט געוואלט זיין ביי די חופה. און אזוי אויך פארקערט, ווי שוואכער דער רצון איז צו זיין ביי די חופה, אזוי שפירט ער ווייניגער דעם צער. אזוי איז דער נמשל אויך, ווי שוואכער דער רצון צו זיין דבוק און נאנט צו השי”ת, און די גאנצע ידיעה פון קרבת ה’ איז נאר א ידיעה פון שכל, אז זיין שכל זאגט אים אזוי, אבער די הארץ איז נאך ווייט פון דעם, – אזוי איז אויך דער פחד פון א זינד שוואך. זעהען מיר פון דא, אז עס איז דא א יסודות’דיגע אונטערשיד צווישן די ידיעה אין שכל, און צווישן די הרגשה אין הארץ.

יעדער מענטש וואס לערנט דעם רמח”ל, ווייסט גאנץ גוט אז דער תכלית אין לעבן איז נאנטקייט צו השי”ת, און ער ווייסט אויך אז א עבירה פארמיידט פון צו דערגרייכן דעם תכלית. אבער דאס אלעס ווייסט ער נאר אין שכל, אין פון א זאך וואס דער שכל ווייסט, קומט מען כמעט נישט אן צו קיין יראת חטא. די ארבעט פון מענטש איז, אז די הארץ זאל וועלן זיין נאנט צו השי”ת, און זיין באהאפטן צו אים. און וואס מער די זאך וועט אריינדרינגען ווערן אין הארץ, אזוי אלעס מער וועט ער מורא האבן פון א זינד, וואס דאס פארמיידט פון צו דערגרייכן דעם תכלית, וואס איז (די זיסקייט) און די נאנטקייט צו השי”ת.

נאך אביישפיל: עס איז דא אסאך מענטשן וואס ווייסן ווי זייער וויכטיג און חשוב איז צו קענען גאנץ ש”ס, און דאך קענען זיי מבטל זיין אסאך צייט. פארוואס? ווייל די גאנצע ידיעה צו קענען גאנץ ש”ס, איז נאר א ידיעה אין שכל ביי זיי, אבער עס איז נישט אז עס ברענט ביי זיי א רצון אין הארץ. זייער הארץ איז אנגעפליט מיט נאך אסאך אנדערע רצונות. דער מענטש דארף צוקומען צו א מצב אז זיין גאנצע הארץ זאל אויסגיין צו זיין נאנט צו השי”ת, און נאר דאס זאל זיין זיין שטרעבן, און זיין גאנצע מחשבה זאל נאר זיין אין דעם כמעט א גאנצן טאג. (אויסער ווען ער איז עוסק אין לערנען תורה פארשטייט זיך) און אזוי אז יעדע זאך וואס שטערט אין וועג וועט ער פראבירן צו פארטרייבן און אוועק נעמען, און נאר דעמאלס וועט ער באמת מורא האבן פון א זינד. קומט אויס אז מיר האבן 3 דרגות: א) דער מענטש זאל וויסן אז דער גאנצער תכלית פון לעבן איז זיין נאנט צו השי”ת. ב) אז דער וויסן, די ידיעה, זאל אנפילן זיין גאנצע הארץ, און נאר דאס זאל זיין זיין שטרעבונג. ג) עס זאל אים זיין קלאר אז יעדע עבירה שטערט צוקומען צו דעם תכלית, און דאמאלס וועט ער זייער שטארק מורא האבן פון א עבירה.

קנא
קויפן די ידיעה אין נפש אז א זינד פארמייד די דביקות
די צוויי זאכן ווענדן זיך נישט איינער אין צווייטן. ווייל עס קען זיין אז אפילו דער רצון פון מענטש איז זייער גרויס צו זיין נאנט צו השי”ת, מיט דעם אינאיינעם שפירט ער נישט אז די עבירה איז א סתירה צו קירבת ה’, אז די עבירה, דאס איז דער עיקר וואס לאזט נישט צו די נאנטקייט צו ה’. וויבאלד דאס זעט זיך נישט אן מיט די אויגן, אז טאקע א עבירה שטערט דאס. און מען שפירט עס בכלל נישט, ווייל דאס איז נאר א ידיעה. און דערפאר דארף מען אויך אויף דעם הארעווען, אז אויסער דעם וואס ער זאל וועלן זייער שטארק קירבת ה’, דארף ער אויך ארבעטן אויף זיך, צו מרגיש זיין אז די עבירה שטערט זייער שטארק צו קומען צו דעם עיקר תכלית אין לעבן. און דאס איז טאקע דער גאנצער נסיון פון מענטש, ווייל אויב ער וואלט געשפירט קלאר אז בשעת ער איז עובר עבירה, פארלירט ער די נאנטקייט צו השי”ת וואס ער האט, וואלט געווען א סאך גרינגער זיך צו היטן פון א זינד. אבער דער רצון פון ה’ איז, אז אויף דעם זאל מען אויך הארווען, און דאס איז נישט א נאטירליכע געפיל אין נפש פון דעם מענטש.

קנב

ווי אזוי צו איינקויפן א אמת’ער רצון

יעצט וועלן מיר אריבערגיין צו די עבודה ווי אזוי קויפט מען איין די אלע זאכן. די ערשטע נקודה איז אונז שוין באוואוסט אז דער תכלית פון מענטש איז נאנטקייט צו ה’, יעצט פראבירן מיר צו ערקלערן ווי אזוי זאל דער מענטש הארווען אלץ צו זוכה זיין, אז די ידיעה זאל לעבן אין הארצן פון מענטש מיט א קלארקייט א גאנצע צייט, אין לאנגזאם וועט עס אנפילן א גרויסן חלק פון זיין הארץ.

קנג

ווען דער רצון איז שטארק איז דער גאנצער בנין שטארק

די ארבעט פון צו איינקויפן א אמת’ער רצון, דאס איז די וויכטיגסטע יסודות’דיגע נקודה. ווייל ווען עס איז דא א שטארקער אמת’ער רצון, אויף דעם זאגט מען דאך “אין דבר העומד בפני הרצון”, עס איז נישטא א זאך וואס שטערט ווען א מענטש האט א שטארקן רצון. און ווען דער רצון איז שוואך, פעלט דער בסיס פון דעם גאנצן בנין. און דערפאר דארף דער מענטש הארווען אויף דעם, אז ער זאל באמת וועלן זיין נאנט צו השי”ת, און נישט נאר סתם זאגן מיטן מויל. (אין דער אמת, איז דער ענין שייך ביי יעדע זאך פון עבודת ה’, אז מען מוז באמת וועלן איינצוקויפן די זאך, עס זאל זיין א אייגענעם פארמעגן. און יעצט זענען מיר עוסק ביי דעם שורש, דער ווארצל, פון אלע סארט רצונות’ן, וואס דאס איז א כללית’דיגער רצון צו זיין באהעפט און נאנט צו השי”ת). מען מיינט דא נישט אז ער וויל בכלל נישט זיין נאנט צו השי”ת, נאר די שטארקייט פון רצון איז צו שוואך, און אין די נקודה איז אפהענגיג דער גאנצער בנין אין עבודת ה’.

ווייל אויב ער וויל נישט אויף א אמת, נאר ער וואלט געוואלט וועלן, פעלט דער שורש, דער ווארצל, און דער עיקר פון אלעס, וואס דאס איז רצון. און דער גאנצער בנין איז שוואך.

קנד

די וויכטיגקייט פון רצון

רוב דורכפאלן פון מענטש, איז צוליב דעם אז עס איז נישטא דער אייזערנער שטארקער רצון צו ממשיך זיין און גיין ווייטער. און אין דער אמת’ן איז עס ביי יעדן מענטש, אין יעדע נקודה וואס א מענטש האלט ביי אידישקייט, און ער איז נישט זוכה דערגרייכן ווייטער, איז נאר פאר דעם וואס ביז וואו ער האלט יעצט, האט ער געהאט א שטארקן רצון, און אויף ווייטער צו שטייגן ברענט עס נישט אזוי שטארק דער רצון. און דערפאר איז דאס די ערשטע עבודה פון מענטש, צו אויפוועקן דעם רצון מער און מער, שטארקער און שטארקער.

קנה

ווי אזוי זאל א מענטש פארשטארקן זיין רצון

ווי אזוי זאל דער מענטש פארשטארקן זיין רצון? שטייט אין זוה”ק “גופא דלא נהיר מבטשין ליה”, א גוף וואס שטערט די נשמה צו לייכטן, קלאפט מען איר, מען רייניגט איר ביז זי וועט לייכטן. דאס מיינט צו זאגן, אז די סיבה וואס דער רצון איז פארהוילן ביי א מענטש, קומט פון מגושמ’דיקייט, און דער גוף הערשט אויף די נשמה, און פארדעם דארף מען עס צושטויסן און לייטערן דעם גוף. אבער די עבודה פון תעניתים און סיגופים איז נישט שייך פאר רוב פון אונזער דור, אזוי ווי עס שטייט אין די ספרים פון פאר 200 יאר צוריק. און דערפאר וועלן מיר עוסק זיין ווייניג אין דעם אופן, נאך א וועג איז מבטש זיין אין לייטערן דעם גוף דורך – התבודדות, וואס א סאך צדיקים האבן זיך אזוי געפירט, און בשעת זיך מתבודד זיין פלעגן צדיקים שרייען און מאנען פון זיך, פארוואס האב איך נישט קיין רצון אמת צו דינען השי”ת, און זיין נאנט צו אים, א געשריי נאך א געשריי, ביז זייער הארץ איז געווארן אביסל אפן. אבער דאס איז אויך נישט קיין פשוט’ע וועג, ווייל ערשטנס דארף מען וויסן ווי אזוי צו שרייען, שרייען פון די נקודה פון הארץ, נישט פון דעם נקודה פון שכל. אויך דארף מען צו דעם אויך פנימיות’דיגע תקיפות, און א אייגענע שטארקייט, ער זאל קענען זיך אנשרייען אויף אן אמת, און ווער עס איז נישט גענוג שטארק מיט זיך, איז אדער דער געשריי איז נישט אמת, אדער ער קען ווערן געפאלן ביי זיך דורך דעם וואס ער שרייט זיך אן, און ער קען אריינפאלן ח”ו אין עצבות און פארביטערקייט. און אויף דעם אופן קען מען א ודאי נישט שטייגן, דורך די בהמה’דיגע נידעריגקייט פון עצבות.

קנו

די גרינגטע בעסטע וועג צו אינקויפן א אמת’ן רצון

די וועג וואס איז די נענסטע פאסיג צו אונזער נפש איז, אז דער מענטש זאל באשטימען א ליידיגע שטילע פלאץ, ליידיג פון מענטשן, און רעדן צו השי”ת מיט זיין שפראך. ווי צום ביישפיל: ‘רבונו של עולם, דו ווייסט דאך אז איך וויל זיין נאנט צו דיר, און באהאפטן צו דיר, אבער דער רצון צו דעם איז שוואך ביי מיר. רבש”ע, איך ווייס אז דאס איז דער תכלית פון מיין לעבן צו זיין נאנט און באהאפטן צו דיר, און די גאנצע זאך איז אפהענגיג אז איך זאל וועלן אויף א אמת, ווייל לויט מיין יעצטיג מצב וואס איך וויל נאך נישט זייער שטארק, אויף דעם אופן קען מען דאך נישט איינקויפן די נאנטקייט צו דיר, איך בעט דיר הייליגע באשעפער, העלף מיר, און זיי איין, און ווארצל איין אין מיר א אמת’ער רצון זיך צו דערנענטערן צו דיר, איך זאל אויף א אמת וועלן’.. און אזוי זאל דער מענטש פארברייטערן די תפילה, יעדער אויף זיין לשון, לויט זיין כח, טאג נאך טאג, און עס איז דא אין דעם א דאפלטע מעלה: א) דורך דעם עצם רעדן אליין, מיט דעם איז מען שוין מעורר דעם רצון. ב) בשעת רעדן, איז ער דאך מתפלל צו ה’, און א ודאי וועט ה’ ית’ הערן זיין תפילה, און ער וועט אים העלפן צו זיין נאנט צו אים. אויב דער מענטש וועט זיך פאר עקשנען אויף דעם א לאנגע צייט, און נישט אויפהערן צו בעטן, צו קענען זיין נאנט צו ה’, וועט אים השי”ת זיכער געבן א מתנה ער זאל וועלן אויף א אמת. ווי עס איז באוואוסט פון ספה”ק, אז ווען מען בעט אויף רוחניות, אפי’ ער האט נישט קיין זכותים, וועט מען אים זיכער העלפן.

קנז

אופנים צו אויפוועקן דעם רצון

אין אויב א מענטש איז נישט בכוח עס צו טאן, דאן מוז ער נאכאנאד זוכן א צדיק אמת וואס רעדט צו זיין נשמה, און לערנען זיינע רייד, און ממשיך זייך צו הערן פון אים, ביז עס וועט זיך אויפוועקן א רצון. אבער ער מוז אנקומען צו א מצב ער זאל צוקומען צו א אייגענע התעוררות, ווייל א התעוררות וואס קומט נאר פון דרויסן, האט נישט קיין קיום. און די אייגענע התעוררות קען דאך קומען צו אים נאר דורך דעם צדיק.

האבן מיר דא 3 מעגליכקייט: א) ער זאל זיך דער וועקן דורך סיגופים און תעניתים און שרייען און מאנען פון זיך, פארוואס ער האט נאך נישט א אמת’ער רצון. ב) ער זאל יעדן טאג בעטן פון השי”ת, ער זאל אים העלפן וועלן אויף א אמת ג) הערן וואס א צדיק רעט וועגן דעם ענין, ביז ער וועט זיך דערוועקן.

אין יעדער זאל אויסוועלן די וועג וואס איז די פאסיגסטע פאר אים, און דערוועקן זיין נפש צו וועלן אויף א אמת זיין נאנט צו השי”ת, ווייל כל זמן מען האט נאך נישט קיין אמת’ן ווילן, האט נישט קיין קיים דער גאנצער בנין פון די אמת’ע עבודת ה’, און אין דעם איז געווענדעט דער גאנצער יסוד פון בנין. און אויב עס פעלט דער יסוד איז דער גאנצער בנין אין א סכנה, און אין די נקודה דארף מען זייער אכטונג געבן.

קנח

דער תענוג פון א האבן א אמת’ער רצון

מיר וועלן געבן א ביישפיל צו די זאך: א אמת’ער עובד ה’ איז דאך כמעט נישט מבטל א מינוט, זיין גאנצער מהות איז אנגעפילט און באשעפטיגט מיט תורה עבודה און גמ”ח. פאר א מענטש וואס שטייט פון זייט, זעט עס אויס אז עס איז נישט מעגליך, ווי קען מען לעבן אזא געדריקטן לעבן? אבער די תשובה איז, אז ווילאנג מען האט נאך נישט דעם אמת’ער רצון, איז עס באמת א לחץ, ווייל עס איז קעגן דעם רצון פון מענטש, אבער ווען דאס ווערט ממש דער רצון פון מענטש, צו אנפילן זיין לעבן מיט טאן רצון ה’ כדי צו זיין נאנט צו אים, ווערט דורך דעם דאך ערפילט זיין רצון, און ער האט נישט קיין שום לחץ פון זיין הייליגע זיסע עבודה.

דער עיקר כלל איז, אז די עבודה פון מענטש איז צו וועלן באמת צו זיין נאנט צו השי”ת, און דער רצון זאל זיין פעסט און שטארק, און ווען דער מענטש איז זוכה אריינצוגיין אין דעם פנימיות פון רצון, איז ער זוכה צו אזא מין תענוג, ווען זיין ווילן ווערט ערפילט. און עס גייט אין 2 דרגות: ערשטנס צו וועלן באמת מיט א שטארקן אמת’ן רצון, און דערווייל שפירט ער נאכנישט אז זיין רצון ווערט ערפילט, ווייל ער האט נאך נישט קיין תענוג. און נאר שפעטער איז ער זוכה צו דעם תענוג פון להתענג על ה’. ווען ער וויל שוין באמת, דאן קומט ער אן אריינצוגיין אין דעם טויער פון פנימיות הרצון, וואס דאס איז א הימלישן גייסטיגן פארגעניגן. אבער אנפאנג מוז ער אריבערגיין דעם מצב פון א רצון אליין, און נאר נאכדעם ווען ער וויל באמת כמעט יעדן מינוט, דאן איז ער זוכה צו א נאטקייט צו השי”ת וואס הייסט להתענג על ה’ דא אויף די וועלט, אויסער דעם אומשעצבארן שכר אויף יענע וועלט.

קנט

עצות ווי אזוי צוקומען צו יראת חטא

נאכדעם וואס א מענטש האט זוכה געווען, און ער האט שוין א אייזערנעם רצון צו זיין נאנט צו השי”ת. ערשט דעמאלס קען זיך ענטוויקלען אין אים א אמת’ע מורא פון א זינד, ווייל ער האט מורא אז ער וועט זיך דעווייטערן פון השי”ת. און דער אופן פון די עבודה איז אזוי ווי מיר האבן פריער דערמאנט: ערשטנס אסאך בעטן אויף דעם ער זאל זוכה זיין מרגיש זיין לעבעדיג און שפירן ווי ווייט דער זינד שטערט צו דעם אמת’ן גליק פון נאנטקייט צו ה’, און די דאזיגע ידיעה און הרגשה זאל אים גיבן כח זיך אפהאלטן פון א זינד, אין צו דעם זאל ער טאקע ארבעטן אויף א אופן ער זאל שטיין נעבן א זאך פון זיין חבר און זאגן (קודם צו זיך, און נאכדעם צו הקב”ה) איך קען דאך יעצט נעמען די זאך פון מיין חבר, דער חבר זעט דאך נישט, אבער פארוואס וויל איך עס נישט נעמען, וויל דורכדעם וועל איך זיך דערווייטערן פון מיין באשעפער, און מיין שטארקער רצון איז צו זיין נאנט צו השי”ת. אזוי זאל ער מערן אסאך פון די סארט מחשבות, אויף אלע אופנים, און אזוי זאל זיך דער מענטש איינגעוואוינען צו נאכקוקן ביי יעדע מעשה, זיך מתבונן זיין אין מחשבה, און נאכדעם זאל ער זאגן מיט די מויל, די זאך וועט מיר דערנענטערן צו השי”ת, און די זאך וועט מיר דערווייטערן פון השי”ת ח”ו.

און אזוי זאל זיין די צורה פון גאנצן טאג, אז מיט יעדע זאך איז ער זיך מתבונן און קוקט נאך גוט צו וועט דאס מיר דערנענטערן צו השי”ת, אדער פארקערט ח”ו? און דורך דעם התבוננות נאכאנאנד, וועט צו ביסלאך צו ביסלאך איינגעוואוינט ווערן די זאכן אין זיין הארץ, און עס וועט ממילא אטאמאטיש ענטוויקלען אין זיין הארץ דער ציטער און פחד פון א זאך וואס דערווייטערט פון השי”ת. אויב א מענטש וועט אזוי גיין אלאנגע צייט, וועט ער קענען זוכה זיין אז אגרויסער חלק פון זיין הארץ וועט זיין וואך און אפן צו זוכן נאר דאס, וואס קען אים ברענגען צו זיין נאנט צו השי”ת.

קס

נאך פון דעם יסוד פון איינקויפן יראת ה’

אז דער מענטש זאל זיין לויטער, שטיל, רעט נישט צו הויך, וואס דאס שטערט צו מדת היראה, און צו זיך שעמען פאר השי”ת. דער מענטש זאל זיך איינגעוואוינען צו ווערן אויסגעאיידלט, און טאן זיינע מעשים מיט א רוהייגקייט, שטיל, נישט כאפעדיג אין רעש’יג, וואס דאס שטערט צו איינקויפן מדת היראה, און דאס איז נאך א ברייטער ענין צו שמועסן וועגן דעם, ואכמ”ל.

קסא

ווי אזוי צו איינקויפן יראת הרוממות

נאכן אינקויפן א אמתע’ר יראה בשלימות, קומט די דרגה פון יראת הרוממות און יראת חטא, אבער צו דעם דארף א מענטש פילן זייער קלאר אז ער שטייט יעצט נעבן השי”ת ממש, און פארדעם דארף מען פריער האבן די מדה פון אהבת ה’. און אזוי האט מסדר געווען דער מסילת ישרים, קודם חסידות וואס דאס קומט פון אהבת ה’ און נאכדעם יראה. דערפאר וועלן מיר יעצט אריבער גיין און עוסק זיין אין אהבת ה’.


ו | אהבת ה'

קסב

אהבת ה’

אהבת ה’ איז א מצות עשה מן התורה, ווי עס שטייט ואהבת את ה’ אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך, או יעדער איינציגער איד איז מחוייב ליב צו האבן השי”ת. עס ווערט אויס גערעכנט 3 דרגות, בכל לבבך – מיט דיין גאנצן הארץ, בכל נפשך – מיט דיין גאנצן נפש, בכל מאודך – מיט דיין גאנצן פארמעגן. אין ספה”ק ווערט געברענגט אז עס איז דא 2 סארט אופנים פון אהבה: א) אהבה שתלויה בדבר, אהבה וואס איז וועגן א סיבה און איז אפהענגיג אין פארשידענע זאכן. ב) אהבה שאינה תלויה בדבר, אהבה וואס איז נישט אפהענגיג אין קיין שום זאך. אהבה וואס איז וועגן א סיבה, מיינט אז א מענטש האט ליב וועגן עפעס וואס ער באקומט פון השי”ת, און ווען די סיבה ווערט בטל, הערט זיך אויף די אהבה. אנקעגן דעם איז אהבה שאינה תלויה בדבר, א ליבשאפט וואס איז נישט אפהענגיג אין קיין שום זאך. א אהבה וואס איז בגימטריא אחד. וואס די אהבה קומט פון די אינערליכע פאראייניקייט פון דעם ליבהאבער מיטן באליבטן.

די אהבה שתלויה בדבר איז אויך שייך ביי גוים, וואס זיי האבן אמאל הכרת הטוב, און אהבה צו די וואס טוען גוטס מיט זיי. אבער אהבה וואס איז נישט תלויה בדבר, און עס איז נישט אפהענגיג אין א סיבה, דאס איז שייך נאר ביי א איד. ווייל דער מהות פון די אהבה איז א אחדות, א באהעפטונג צו דעם באליבטן, און נאר ביי כנסת ישראל איז שייך א גאנצע איינציגקייט און באהאפטנקייט צו הקב”ה. ווי עס שטייט הקב”ה וישראל חד הוא. השי”ת און כלל ישראל זענען איינס. דערפאר איז שייך ביי זיי די אינערליכע ליבשאפט. אבער די אומות העולם זענען נפרד – אפגעטיילט פון די הייליגקייט, ביי זיי איז שייך נאר אהבה התלויה בדבר. אזוי ווי חז”ל זאגן, ‘הנותן פרוטה לעני על מנת שיחיה בני’ אז ער גיט צדקה כדי זיין קינד זאל בלייבן לעבן, דארט איז קאנטיג דער אונטערשייד פון א איד מיט א גוי, ווייל א איד איז פריילאך מיטן גיבן צדקה אפי’ אויב ח”ו וועט זיין קינד נישט וכו’, ער איז פריילאך בפנימיות נפשו, און ער גיט כדי צו געבן נישט כדי צו נעמען. אבער א גוי גיט נאר כדי צו באקומען עפעס פאר דעם, און אויב זיין קינד שטארבט, איז בטל די גאנצע אהבה, און וויל בכלל נישט געבן די פרוטה צדקה.

אבער דאס איז קלאר, אז דער סדר העבודה, איז קודם עוסק זיין אין אהבה התלויה בדבר, און נאר נאכדעם זוכה זיין צו האהבה האמיתית, שאינה תלויה בדבר. ווייל אין נפש פון א איד איז באהאלטן ביידע כחות האהבה, און מען דארף זיי מגלה זיין, מן הכח אל הפועל. קודם מגלה זיין די פשוטה אהבה התלויה בדבר, און שפעטער אנטפלעקן די אמת’ע אהבה, פון ליב האבן השי”ת אן קיין שום סיבה. (עס איז דא מענטשן וואס זענען געבארן געווארן מיט א אהבה וואס איז נישט וועגן קיין שום סיבה, און עס איז ביי זיי אפן און אנפלעקט די אהבה, דער כח איז ביי זיי א חלק פון זייער לעבן, פילנדיג נאר דאס אז איך בין א קינד פון מלך מלכי המלכים איז גענוג ליב האבן השי”ת אפילו ער וואלט מיר גארנישט געגעבן, זיי קענען גלייך ארבעטן מיט דעם כח).

קסג

ערשטנס זוכה זיין צו אהבה שתלויה בדבר

אהבה וואס איז וועגן א סיבה: כדי עס זאל זיין די אהבה, דארף א מענטש וויסן פון וועמען ער באקומט די זאך. ווייל אויב ער מיינט אז די זאך איז זיין אייגענע, וועט אים די זאך נישט אויפוועקן אהבה צום אויבערשטן. ווי צום ביישפיל: ראובן גיט א מתנה פאר שמעון, און שמעון מיינט אז ראובן גיט אים יעצט אפ א זאך וואס ער האט א מאל געבארגט ביי אים, וועט די זאך וואס ער האט באעקומען נישט צוברענגען שמעון די אהבה צו ראובן.

די זעלבע זאך איז געזאגט געווארן וועגן די אהבה פון א מענטש צו זיין באשעפער. ערשטנס דארף דער מענטש אנערקענען מיט א לעבעדיגע קלארקייט די טובות וואס השי”ת טוט מיט אים, און נאכדעם וואס ער שפירט די טובות, איז שייך ער זאל ליב האבן השי”ת, א אהבה וועגן די סיבה פון די טובות. ווען א מענטש לעבט אבער א לעבן פון ‘מצות ה’ מלומדה’ אלעס איז איינגעוואוינטע זאכן, און אויך צו באקומען די אלע טובות איז א איינגעוואוינטע זאך, און ער באמערקט נישט און טראכט נישט אריין אין די טובות וואס השי”ת טוט מיט אים, איז שווער און כמעט נישט מעגליך ער זאל ליב האבן זיין באשעפער באמת מיט א אהבה התלויה בדבר. און דערפאר איז צום ערשט דארף א מענטש זיך מתבונן זייך און זען ווי אזוי און אויף וואספארא אופן השי”ת טוט שטענדיג גוטס מיט אים.

קסד

צו זען אז איך אליין האב גארנישט, יעדע קלענסטע גוטע זאך איז פון השי”ת

די עבודה פון מענטש איז צו פארשטיין און צו זען, אז פון זיין זייט האט ער גארנישט, און אלעס וואס ער האט, פון אנהייב ביזן סוף, אלעס מיט אלעמען איז פון השי”ת. דאס מיינט צוזאגן, נישט נאר צו אנערקענען אז השי”ת גיט מיר אסאך מתנות און טוט אסאך גוטס מיט מיר, נאר צו אנערקענען אז אלץ מיט אלעמען איז פון השי”ת, און אלעס וואס איך האב איז נאר א גוטס וואס השי”ת טוט מיט מיר. ווי צום ביישפיל: א מענטש קויפט א הויז, אין א פאר יאר ארום איז די דירה טייערער געווארן און ער האט פארדינט אסאך געלט, פשוט קען א מענטש זיך מתבונן זיין אז השי”ת האט אים געהאלפן פארדינען א גרויסע סכום געלט, אבער עס איז נישט גענוג אזוי צו טראכטן, נאר א מענטש דארף זיך מתבונן זיין, אז די ערשטע מחשבה צו קויפן די דירה, די מחשבה אליין איז א מתנה פון ה’, דאס מיינט צו זאגן, נישט נאר אלעס וואס איך האב געקויפט און אלע הנאות, נאר יעדע מחשבה, יעדע הרגשה, יעדע נקודה בגוף אדער בנפש, יעדער גוטער איינפאל, אלעס איז א מתנה פון השי”ת. און אזוי אויך אלע פרטים, פון קלענסטן פרט און פרט. דאס מיינט צו זאגן, אז ערשט דארף מען זען די טובות אין גרויסע זאכן, אין געלט און קינדער און אזוי ווייטער, און נאכדעם דארף מען זען אז אלעס אלעס, אלע מחשבות הרגשות תנועות, אלע געפילן אלע באוועגונגען, אלעס אן יוצא מן הכלל איז מתנות און חסדים פון השי”ת.

קסה

יעדע ריכטיגער געדאנק איז א מתנה פון השי”ת

איז דא אין דעם ענין 2 חלקים: א) פארמיידן פון צו טראכטן אזא מחשבה אז עס איז אים אליין איינגעפאלן די עצה טובה, די גוטע מחשבה. ב) צו דערגרייכן און משיג זיין, אז אלעס איז פון השי”ת. און דאס איז די ארבעט פון דעם מענטש, ווייל נאטורליך לויפט דער מענטש און ער איז זיך בכלל נישט מתבונן, און די נאטור פון דעם מענטש גיט אים א געפיל אז ער איז קלוג, פארשטייט, ווייסט אסאך וכו’ וכו’, און דערפאר דארף מען זיך מתבונן זיין אויף יעדן איינציגן פרט און פרט, פון וואו האב איך דאס? פון מיין אייגענעם כח? אדער פון השי”ת?

א מענטש איז צוגעוואוינט צו טראכטן אז ער האט “סיעתא דשמיא”, אבער דער רוב טוט ער, נאר השי”ת העלפט אים אונטער. אבער דער אמת איז אינגאנצן נישט אזוי, נאר אויך וואס דער מענטש טוט, אלעס איז פון השי”ת, סיי די גוטע איינפאלן, די גוטע געדאנקען, סיי דער כח צו קענען ערלעדיגן, אלעס איז א מתנה פון השי”ת. אויך דער חלק וואס רופט זיך השתדלות, און דער פארשטאנד ווי אזוי צוטאן השתדלות, און דער כח צו טאן השתדלות, אלעס בכול מכל כל איז נאר א מתנה פון השי”ת.

קסו

עצות ווי אזוי זיך מתבונן זיין אין די טובות פון ה’

מיר וועלן גיבן א ביישפיל ווי אזוי זאל א מענטש איינקויפן אין זיין נפש די הכרה און אנערקעניש אז אלעס איז פון השי”ת: א מענטש זיצט אין א רוהיגע מינוט, אלעס איז שטיל און ער טראכט אריין און איז זיך מתבונן ווער האט מיר געגעבן מיין זיווג, מיין שטוב וכו’, ווי אזוי בין איך אנגעקומען צו דעם, פון מיין כח? דורך מיין חכמה? ניין און ניין! נאר השי”ת האט עס מיר געגעבן. און מיין גאנצע חכמה און השתדלות איז נאר פון השי”ת. אזוי זאל זיך דער מענטש מתבונן זיין אויף איין פרט און נאך א פרט, אין אלעס וואס גהערט צו אים, א לאנגע צייט, א טאג נאך א טאג. און צום ערשט זאל ער זיך מתבונן זיין אין מחשבה, אין דאן אויך זאגן מיטן מויל. צום ערשט מיט א לשון נסתר: ה’ האט מיר דאס געגעבן. נאכדעם זאגן דו טאטע האסט עס מיר געגעבן, [אזוי ווי אויבן דערמאנט דער ענין פון נסתר און נוכח] ביז ער וועט טראכטן און שפירן אז די אלע זאכן איז נישט פון זיין כח, און אפילו עס איז פון זיין חכמה און פארשטאנד, געהערט דאס אויך נאר צו השי”ת, און ער גיט מיר מיט זיין רחמנות א קלוגשאפט און פארשטאנד, און עס איז נישטא דא בכלל א ענין פון “איך”, און דער מענטש איז נאר א בעל פקדון, וואס גארנישט געהערט נישט צו אים, ער דארף אכטונג געבן און ריכטיג ניצן אלעס וואס מען האט אים געגעבן, אבער קיין איין זאך איז נישט זיינס, נאר אלעס וואס געהערט צו אים, זיין גוף, זיין געלט, זיינע מחשבות, זיין דיבור, זיינע געפילן, און אזוי ווייטער, אלעס איז פון השי”ת.

קסז

זוכה זיין צו די מדרגה פון ‘ונחנו מה’

ווען א מענטש הייבט אן צו שפירן די אלע זאכן, קומט ער צו די מדריגה “ונחנו מה”. אז פון זיין זייט שפירט ער מיט א שטארקע קלארקייט אז ער האט “גארנישט” ממש, און אלעס וואס ער האט איז נאר פון זיין באשעפער. דאס איז נישט א ענין פון א רצון צו זוכה זיין צו ענווה, נאר דאס איז אזא אמת’ע פארשטאנד וואס דער מציאות באמת איז: אז אלעס איז פון השי”ת אליין, און דער מענטש איז נישט מער ווי א שומר פון די אלע זאכן, חכמה, געלט, קינדער, און דאס גלייכן.

און אזוי זאל דער מענטש זיך איינגוואוינען נאכאמאל און נאכאמאל איינזען אז דער גאנצער מהות פון זיין לעבן איז נאר א שומר אויף די זאכן פון השי”ת. די קינדער זענען נישט זיינע, נאר א פקדון פון ה’, די חכמה איז נישט זיינע, נאר א פקדון, די געלט איז נישט זיינע, נאר א פקדון. און עס איז בכלל נישטא דער געדאנק פון ‘מיינע’, נאר אלעס איז זיינס און אלעס איז פון אים. דער ווארט “מיינע” מיינט נאר אז די זאך איז “מיר” געגעבן געווארן אכטונג צו געבן און היטן צו דינען דערמיט השי”ת, און נישט מער.

קסח

א מענטש זאל זיך איינחזר’ן די אהבה פון ה’ צו דעם איד

אין ווען א מענטש שפירט און לעבט עס אין זיין פנימיות, אז אלעס איז אים געגעבן פון השי”ת, יעצט דארף ער זיך מתבונן זיין וועגן וואס האט השי”ת מיר די אלע זאכן געגעבן? ווייל ער האט מיר ליב. און די אלע מתנות איז נאר ווייל ה’ וויל ארויסווייזן זיין גרויסע ליבשאפט צו מיר. און אזוי זאל ער שטיין און טראכטן און נאכדעם זאגן מיט זיין מויל: רבונו של עולם ווער האט מיר געגעבן די אדער די זאך? דו השי”ת! און פארוואס האסטו מיר דאס געגעבן, ווייל דו האסט מיר ליב. און אזוי זאל מען מפרט זיין יעדן פרט און פרט, און יעדן מאל דערמאנען, דאס האטסטו מיר געגעבן ווייל דו האסט מיר ליב, ביז די זאכן וועלן זיך גוט איינווארצלען אין זיין הארץ, אז השי”ת האט מיר ליב. און פארשטייט זיך אז א מענטש דארף עס חזר’ן מיט א רוהיקייט טויזנטער מאלן, צענער טויזנטער מאל, מיט א פשטות, און צו לייגן די קאפ ביי יעדע זאך, א פנימיות’דיגע שטילע רצון און מחשבה צו גלייבן און שפירן אז ה’ האט מיר ליב.

קסט

אהבה וואס איז נישט אפהענגיג אין קיין שום זאך

נאכדעם וואס דער מענטש האט שוין זוכה געווען צו איינקויפן די מידה פון אהבה שתלויה בדבר,אהבה וועגן א סיבה, יעצט איז די צייט צו הארווען איינקויפן די מדה פון אהבה שאינו תלויה, דאס מיינט ליב האבן השי”ת אן קיין סיבה. און באמת האבן מיר שוין געשריבן אז די מידה קומט פון דעם שורש פון הקב”ה וישראל חד, און דאס איז קלאר אז א איד מיט השי”ת זענען איינס, נישט פון די בחינה פון גוף, נאר דורך זיין נשמה. און דערפאר איז די גאנצע עבודה נאר צו מגלה זיין די נשמה פון דעם מענשטן. א אנטפעלקונג פון די פנימיות פון די נשמה פון א איד וואס איז איינס מיט זיין באשעפער. און כדי דער מענטש זאל צו דעם זוכה זיין, ער זאל פילן דער קשר פון השי”ת מיט זיין נשמה, וואס דאס איז די אהבה שאינה תלויה בדבר, און זאל זיין א פעסטער געבויעטער בנין, נישט נאר ניצוצות, פונקען, דערפאר מוז זיין אז דער גאנצער לעבן פון א איד זאל זיין ארום, און וועגן השי”ת. (אויסער ווען מען לערנט תורה כנ”ל) און זיין גאנצער מהות חיצוניות און פנים זאל זיין געדאנקען וועגן השי”ת, און רעדן מיט השי”ת, און השי”ת זאל זיין דער צענטער פון זיין לעבן, יעדע צייט און יעדע מינוט. און דאמאלס ווערט אנטפלעקט אין דעם מענטש דער קשר פון “הקב”ה וישראל חד”. אבער דאס אלעס איז נאר אויב דער מענטש איז אויסגעטראטן די גאנצע וועג ביז אהין. און פילט א הצלחה, און זיין הארץ איז שוין לויטער, און ער פילט שוין השי”ת אין זיין הארץ. און דאן איז זיין גאנצער מציאות א קשר מיט השי”ת אין די טיפענישן פון זיין הארץ. און ווייל ער האט מבטל געווען אלע מחשבות פון די נארישע וועלט, און ער איז באשעפטיגט נאר מיט מחשבות אויף השי”ת, איז נישטא קיין מחיצה וואס זאל פארשטעלן און פארהוילן, און השי”ת ווערט אנטפלעקט אין זיין הארץ. ווי עס שטייט: “הקב”ה לבן של ישראל” השי”ת איז די הארץ פון א איד.

די אלע ענינים זענען אסאך ברייטער און טיפער, און מיר האבן נאר אנגערירט א טראפן פון ים, אבער מיר האבן זיך משתדל געווען צו ברענגען דעם מענטש כאטש צו א פארשטאנד צו וועלן זוכן אזא וועג פון קרבת אלקים, א וועג וואס דער גאנצער מהות זאל זיין צו לעבן מיט השי”ת שטענדיג, נישט נאר א מאל א מאל. ביז ער וועט זוכה זיין שטענדיק צו רעדן מיט השי”ת מיט א פשטות, פילנדיג בחוש אז השי”ת איז מיט אים, און רוהט אין זיין הארץ. ווען א מענטש איז דאס זוכה, גיט ער אכטונג יעדע רגע ממש צו געדענקען אז זיין חיות איז נאר השי”ת, און ווען ער פארגעסט, שטרענגט ער זיך אן גלייך זיך צו דערמאנען.

און וואויל איז דער מענטש וואס זיין גאנצער לעבן איז אנגעפילט און באהאפטן מיט השי”ת, און דאס איז זיין גאנצער מהות און מציאות פון זיין לעבן.

קע

ווי שטארק דער כח הדיבור קען העלפן צו זוכה זיין צו די אמת’ע אהבה

די אינערליכע וועג צו דערוועקן די מדת אהבה שאינו תלויה בדבר, קומט דורך התבוננות און דורכן רעדן, ערשטנס זיך גוט מתבונן זיין אין דעם מהות פון אהבה שאינו תלויה בדבר, אהבה וואס איז נישט אפהענגיג אין קיין שום זאך, סיי דורך משלים פון עולם הזה, און סיי דורך קוקן מיט א רוחניות’דיגן בליק. ביז די זאכן וועלן ווערן קלאר אין זיינע געדאנקען, און זיין אמונה וועט זיין גאנץ, אז עס איס דא אזא אהבה וואס איז נישט וועגן קיין שום סיבה, צווישן כנסת ישראל און השי”ת. און נאכדעם איז דא די עבודה פון דעם דיבור, די עבודה איז א טייערע וואנדערליכע עבודה, אז א מענטש זאל זיך אויסקלייבן פסוקים וואס ווערט דערמאנט די אהבה פון השי”ת צו כנסת ישראל, און פארקערט די אהבה פון כנסת ישראל צו השי”ת. אדער אמאל א אייגענעם אויסגלייטערטן לשון, יעדער איינער אין וועלכן מצב ער איז, און חזר’ן די ווערטער צענדליגער מאל, ווי ½ שעה, א שעה און מער, יעדער איינער לויט וויפל זיין נפש איז משיג. און ער זאל עס טון דורכן דיבור, אבער פון הארץ, נישט א דיבור פון שכל, און ער זאל עס ממשיך זיין צו טאן א לאנגע תקופה, און דורכדעם וועט זיך אין זיין נפש אנצינדן א פלאקער פון אהבת ה’.

קעא

דינען השי”ת מיט א פנימיות’דיגער ברען און א ווארעמקייט

די זאך דארף געטאן ווערן מיט א שטילע רוהיגע אינערליכער ברען, אבער מיט א פנימיות’דיגע שטארקייט און א אינערליכע ווארעמקייט, נישט קיין דרויסנדיגע. ווייל א דרויסנדיגע ווארעמקייט איז א התלהבות, און א התלהבות קען נישט דורכשפאלטן די מחיצה וואס פארדעקט די נשמה, נאר דורך א אינערליכע פייערדיגער רצון, רשפיה רשפי אש דוקא, קען מען דורכברעכן די מחיצה פון די שטיינערנע הארץ וואס פארמיידט זיך צו אנטפלעקן.

און דאן ווען די זאך ווערט געטאן מיט א פנימיות’דיגע שטילקייט, און א אינערליכן ברען דוקא, אויב ער וועט אזוי ממשיך זיין א לאנגע צייט נאכאנאנד, אן זיך אפשטעלן, וועט א ודאי השי”ת אננעמען זיין עבודה און אראפנעמען דער מסך המבדיל די מחיצה וואס לאזט נישט שפירן די אהבה שאינו תלויה בדבר.

דער דרך איז באוואוסט ביי אמת’ע עובדי ה’, און עס איז נישט קיין שום חידוש, און עס שטייט אפילו א חלק וועגן דעם אין ספר יסוד שורש העבודה, און עס איז בדוק ומנוסה זייער שטארק. אבער אלעס איז בתנאי אז דער מענטש איז זייער פעסט אין עבודת ה’, און איז זייער ווייט פון דמיון.


ז | קרבת ה'

קעב

קרבת ה’
ווען א מענטש שפירט אז ער האט זוכה געווען אז זיין נפש שפירט א לעבעדיגע קלארע אהבה צו השי”ת, סיי אהבה וואס איז אפהענגיג אין זאכן, און סיי אהבה וואס איז נישט אפהענגיג אין א זאך, און ער שפירט אויך קלאר אז השי”ת האט אים ליב, יעצט איז די ארבעט צוצוקומען צו די פנימיות’דיגע נקודה און עיקר תכלית פון עבודת ה’, וואס דאס איז קרבת ה’ און דביקות בה’.

קעג

שויתי ה’ לנגדי תמיד איז א חוב אויף יעדן איד פון קליין ביז גרויס

צום ערשט זאל זיין קלאר א איינגעוואוינטע מחשבה און א קלארע אמונה, קלאר און דייטליך זייער שטארק, אז השי”ת געפינט זיך אין יעדן פלאץ ממש. און דאס קען מען טאן אדער דורך פשוט’ע התבוננות דורך א פשוט’ע גאנצע אמונה אין דברי חז”ל אז מלא כל הארץ כבודו ית’. און סיי פאר דעם וואס זיין נפש מוז דאס, – דורך עוסק זיין אין סודות התורה, וואס גיט צו פארשטיין דעם ענין, – סוף כל סוף איז די עבודה פון יעדן איינציגן איד צו עוסק זיין און טראכטן און באשטימען די קלארע אמת’ע החלטה, אז השי”ת שטייט דא נעבן אים יעדע מינוט בלי הפסק, און עס חזר’ן אן א שיעור. ווי דער רמ”א ברענגט עס אין או”ח וואס ער האט נאכגעשריבן פון רמב”ם אין מורה נבוכים, און אויך ליינען אין מסילת ישרים פרק יראת חטא, און עס חזר’ן צענערטויזנטער מאל מיט א פשטות ממש, חזר’ן און חזר’ן ביז עס וועט זיין באשטימט און קלאר אין זיין מחשבה. און זיך איינגעוואוינען יעדע מינוט וואס ער איז פריי, צום ביישפיל ווען ער גייט אין גאס, ווען ער ווארט ערגעץ עפעס צוערליידיגן וכו’ וכו’ און אזוי ווייטער, זאל ער עס חזר’ן דעם ענין, אז השי”ת שטייט פאר אים יעדע מינוט. און בשער ער ארבעט אויף דעם ענין, זאל ער נישט עוסק זיין אין קיין שום אנדער עבודה. און ער זאל זיך איינגעוואוינען ווען ער שטייט אויף, און ווען ער גייט, און אזוי וויטער, יעדע צייט זיך דאס דערמאנען, ביז עס וועט ווערן א חלק פון זיין מחשבה, און אויף א נאטורליכן אופן וועט ער עס זיך דערמאנען ממש יעדע מינוט.

און פארשטייט זיך אז די עבודה ווערט געטאן סיי מיט מחשבה און סיי מיטן מויל, זאגן אז השי”ת שטייט ממש יעצט נעבן מיר, און דאס גלייכן, יעדער לויט זיין שפראך. דער עיקר זאל אבער זיין צו געדענקען יעדע מינוט אז השי”ת שטייט נעבן מיר, דורך דיבור און מחשבה.

ווייל אן די עבודה צו טראכטן יעדע מינוט אזוי, שפירט א מענטש אז ה’ שטייט גאר אויבן אויף די הויכע הימלען, און איך דער מענטשאלע בין אויף דער ערד, דא אונטן. אבער באמת איז עס בכלל נישט אזוי, נאר השי”ת שטייט נעבן אונז אין יעדן פלאץ, און לעבן יעדן מענטש א גאנצע צייט. און דורך די עבודה פארטרייבט מען פון זיך אלע מחשבות פון נארישקייט כאילו ער איז ווייט פון דעם אויבערשטן.

קעד

די מתנה פון מרגיש זיין השי”ת אין הארץ קעגן אים

און נאכדעם וואס דער מענטש איז זוכה אז זיין מחשבה איז איינגעוואוינט אין דעם אז השי”ת שטייט נעבן אים א גאנצע צייט, יעצט שטייט פאר אים זייער א הייליגע עבודה, נישט לעבן מיט השי”ת אין א בחינה פון “הוא” “דער באשעפער”, נאר אין א בחינה פון “אתה” “נוכח”. ווייל אפילו איינער וואס גלייבט אז השי”ת שטייט נעבן אים, פונדעסוועגן פילט ער השי”ת אין א פארעם פון “הוא”, פארהוילן, אזוי ווי עס שטייט: “כי לא יראני אדם וחי”, און קיין באשעפעניש קען אים נישט משיג זיין, און דערפאר ווערט השי”ת אויפגעכאפט ביי מענטשן ווי א פארהוילענע זאך, ווי “הוא” “ער”.

אבער אויף דעם האבן שוין געזאגט די הייליגע צדיקים ז”ל: “שנעלם הוא משכלם, אבל נגלה הוא בלבותם”, דאס מיינט אז אפי’ מ’קען נישט דערגרייכן השי”ת אין “שכל, און דער באשעפער איז פארהוילן פון די באשעפענישן, און מען קען אים אינגאנצן נישט אויפן געדאנק משיג זיין, אבער פונדעסוועגן איז השי”ת אנטפלעקט אין די “הערצער” פון אידישע קינדער. ווי עס שטייט: “צור לבבי וחלקי ה'”, השי”ת איז אונזער פעלזנשטיינדיקער שטארקייט פון הארצן, און ער איז אונזער חלק אויף אייביג, און אין “הארץ” קען א מענטש יא מרגיש זיין און שפירן ממש אז ער איז דא מיט מיר. און דאס איז די טיפע פנימיות’דיגע עבודה צו לעבן מיט השי”ת מיט א געפיל אז השי”ת איז דא נעבן מיר יעדע מינוט אגאנצע צייט ממש.

קעה

די סיבה פון אלע מצות איז נאר דאס צו זוכה זיין

צום ערשט דארף מען דאס אריינארבעטן גוט אין מח און הארץ, אז נאר דאס איז דער אמת’ער לעבן פון א איד. אזוי ווי דער גר”א ברענגט אנהייב או”ח אז דאס “כל מעלת הצדיקים” עיי”ש. און ער זאל אזוי איינווארצלען אין זיין הארץ אז דער גאנצער תכלית פון עסק און לימוד התוה”ק, און קיום המצוות, מיט אלע פרטים און דקדוקים, און יעדע זאך סיי פון רוחניות און סיי פון גשמיות, איז גארנישט דא נאר דער תכלית און צוועק, נאר צו ברענגען דעם מענטש א וועג פון א לעבן ער זאל לעבן יעדע מינוט מיט השי”ת, נישט אין פארעם פון “דער בעשעפער”, נאר אין פארעם פון “דו מיין טאטע” וואס דו ביסט “מיט מיר” יעדע מינוט ממש בלי הפסק כלל.

קעו

זיך צוגעוואוינען צו רעדן לשון נוכח

נאכדעם וואס איז קלאר געווארן ביי דעם מענטש אז דאס איז דער גאנצער אמת אין לעבן, דארף דער מענטש זיך איינגעוואוינען זיין מחשבה און צונג רעדן מיט השי”ת מיט א לשון פון נוכח דווקא, ווען ער קען. אזוי ווי מיר האבן פריער ערקלערט, נישט “ער” נאר “דו”, ביים גיין און ביים ליגן וכו’ וכו’, אין יעדן ענין און ענין וואס ער איז באשעפטיגט זאל ער רעדן מיט השי”ת נאר מיט א לשון “נוכח – דו”. און אלעמאל בעטן און מתפלל זיין צו זיין הילף. אבער די כונה דא איז נישט דער עיקר דער ענין פון “תפילה”, נאר דער עיקר איז די כונה צו זיך איינגעוואוינען רעדן מיט השי”ת ‘כדבר איש אל רעהו’, ווי איינער רעדט צו זיין בעסטער גוטער פריינד וואס שטייט דא נעבן אים, וואס דאס מיינט לשון נוכח. ווייל דער גאנצער ענין פון תפילה איז נאר א עצה טובה צו האבן א קשר מיט השי”ת אין א פארעם פון לשון נוכח.

קעז

דורך דעם רעדן אזוי, קומט מען צו דביקות

אין אויסער דעם ענין פון תפילה זאל א מענטש זיך איינגעוואוינען צו רעדן אין אופן פון “דו השי”ת ביסט יעצט מיט מיר” “דו השי”ת שטייסט נעבן מיר” (גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי) “אפילו ווען איך גיי אין טאל פון טויט האב איך נישט מורא, ווייל דו טאטע ביסט מיט מיר”, אין נאך אזעלכע אויסדריקן יעדער לויט זיין פארשטאנד. און דער עיקר פון דאס אלע איז, אז ער זאל לעבן מיטן געפיל אן אויפהער אז ה’ איז מיט אים,און רוהט אין זיין הארץ. ווי עס שטייט “הקב”ה הוא לבן של ישראל”, ה’ איז די הארץ פון א איד.

און אזוי זאל ער זיך צוגעוואוינען א גוטע לאנגע צייט, סיי ווען ער האט א מינוט צייט, און סיי אין ספעציעלע צייטן פון טאג וואס ער זאל זיך מאכן ספעציעל אויף דעם א ½ שעה צו א שעה, טראכטן הארעווען אויף דעם, און ער זאל אזוי רעדן א לאנגע תקופה, חדשים און יארן, און דורכדעם וועט ער דורכברעכן די פארהוילנקייט פון השי”ת צו אים. און ער וועט מרגיש זיין מיט א שטארקע בהירות וצלילות הדעת, מיט א גאנצע קלארקייט נישט פארנעפלט, אז ער מענטש איז איינס מיט השי”ת, אן קיין מחיצה, און וועט עס שפירן יעדע מינוט. (אשרי לו שזכה לזה) און זיין גאנצער לעבן וועט זיין צוגעשטעלט צו דעם ענין פון מרגיש זיין השי”ת, און אלע זיינע מעשים וועלן זיין געווענדעט נאר דאס צו דערגרייכן, און ער וועט זיך נישט אפשיידן פון דעם געדאנק פון די עבודה ביי אלע זיינע אנדערע עבודות פון תורה, תפילה, גמ”ח וכו’ וכו’, נאר ער וועט פארשטיין אז ביי יעדן ענין פון זיין לעבן איז נאר דער תכלית אנטפלעקן השי”ת אין זיין הארץ און געפיהל. און אין יעדן ענין וועט ער אטאמאטיש טראכטן וואו איז השי”ת אין די בילד, וואו זעט מען דיר. ביי יעדן ענין וואס ער איז עוסק אין די טאגטעגליכע באשעפטיגונגען, וועט ער נישט מסיח דעת זיין פון די זיסקייט פון זיך טרעפן מיטן טאטן יעדע מינוט, ביזן טאג פון זיין טויט. און דאן וועט ער טאקע זוכה זיין צו זיין צוגעבונדן “דבוק וצרור בצרור החיים” – אין השי”ת, סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט, און ער וועט קענען עדות זאגן אויף זיין נפש ‘כל ימי בחד קיטרא אתקטרנא בקב”ה’, אז דער מענטש זאל זיין כולו אינגאנצן צוגעבונדן צום לעבעדיגן באשעפער וואס לעבט אויף אייביג.

עכער פון דעם איז דא נאך א העכערע מדרגה פון התכללות בא”ס, בחי’ פה אל פה אדבר בו, אבער דאס איז נישט שריפטבאר.

אבער א מענטש דארף וויסן, אז די אלע ענינים זענען נישט ווייט פון אים, אזוי ווי אסאך מענשטן מיינען, ווייל עס איז נאר א ענין פון געוואוינהייט, און ווער עס וועט זיך נאר צוגעוואוינען צו זיך פירן אזוי בתמימות ופשיטות, וועט זיכער זוכה זיין צו לעבן אזוי.

* * *

מיר וועלן צייגן א פאר ברעקלעך פון הייליגן ספר ‘תורת המגיד’ (הנהגות) כדי צו פארשטיין און קלאר מאכן די אלע ענינים

א
ביים רעדן מיט א מענטש נישט פארגעסן פון השי”ת
ער זאל זען יעדן טאג זיך מתבודד זיין (זיין אליין מיט השי”ת) אין זיין מחשבה, און זאל מושך זיין צו זיך זיין פארכטיקייט וועגן זיין גרוסקייט, און ער זאל זיך אזוי פירן און איינגעוואוינען ביז אפילו ווען ער וועט רעדן צו א מענטש, וועט ער נישט פארגעסן פון השי”ת.

ב

דער מוח און הארץ פון א איד איז ווי א ביהמ”ק

…’און ער זאל שטענדיג טראכטן און זיך באהעפטן צו השי”ת מיט א גאנצע אהבה, אז ער האט אים ליב מער פון אלע זאכן פון די וועלט וכו’. און אלעמאל זאל זיין מחשבה זיין צוגעקלעפט אין עולם העליון, אין השי”ת. און דאס איז דער טייטש פון פסוק ברמז “ומן המקדש לא יצא”. און ווען ער דארף רעדן פון עניני עוה”ז, זאל זיין אין זיינע מחשבות גלייך ווי ער גייט ארויס פון עולם העליון אראפ צו די ערדישע וועלט, אזוי ווי א מענטש גייט ארויס פון זיין שטוב אינדרויסן, און זיין מחשבה איז באלד צוריק אהיים קומען, און ווען ער גייט ארויס טראכט ער שוין ווען וועל איך שוין זיין צוריק אין שטוב. אזוי זאל ער אלעמאל טראכטן אז ער איז אלעמאל אין עולם העליון (עולם האמונה) וואס דאס איז זיין עיקר הויז מיט השי”ת, און אפילו ווען ער רעט פון עניני עולם הזה, קערט ער אלס צוריק זיין מחשבה צו זיין צוגעקלעפט צו השי”ת, און אזוי ווייטער. אויך איז באוואוסט אז די “גאנצע וועלט” איז “הקב”ה”, און אזוי ווי עס שטייט לגבי דעם שפע פון השי”ת “והחיות רצוא ושוב”, אזוי אויך ווען ער דארף אראפגיין צו עניני עוה”ז, אז ער זאל גלייך צוריקערן זיך צום דביקות אין אויבערשטן. און דאס איז זייער א גרויסע מדריגה, און מען דארף צום ערשטן האבן צו דעם א שטארקע אויסגעלייטערקייט אין די מחשבה, און א ריינקייט אין די נשמה, כדי ער זאל אלעמאל זיין שטענדיג דבוק באהאפטן צו השי”ת.

ג

דביקות ביים לערנען

ווען ער לערנט זאל ער זיך מיישב זיין פאר וועמען ער לערנט, ווייל אמאל ווערט ער דערווייטערט בשעת’ן לימוד התורה פון השי”ת, דערפאר דארף ער זיך מיישב זיין אינמיטן בכל עת ובכל שעה זיך צו דערמאנען פאר וועמען ער לערנט.

ד

רעדן לפניו ית’

ווען ער רעט דברי תורה, זאל אים זיין אין מחשבה כאילו ער רעט נישט צו א מענטשן, נאר צו השי”ת. און אין זיין מחשבה זאל ער זיין באהאפטן צו השי”ת.

ה
זעהען נאר דעם אויבערשטן אליין אין יעדע זאך

א מענטש קען זיין באהאפטן צו השי”ת ווי עס דארף צו זיין, און קוקן אויף יעדע זאך, אפילו עס זעט אויס ווי ער קוקט אויף די זאך וואס ער קוקט, אבער אינדעראמת זעט ער השי”ת אין יעדע זאך (די פנימיות הקדושה פון די זאך).

ו

די וועג פון דביקות

דאס איז א גרויסע מעלה, אז דער מענטש זאל טראכטן און מהרהר זיין שטענדיג אין זיין הארץ, אז ער געפינט זיך מיט השי”ת, און השי”ת נעמט אים ארום. און זאל זיין אזוי צוגעוואוינט מיטן דביקות, אז ער דארף שוין נישט זיך אלעמאל מיישב זיין אז השי”ת איז דא, ווייל דער מענטש פילט אים א גאנצע צייט, און ער זעט ער זעט השי”ת מיט זיינע רוחניות’דיגע אויגן, אז אלעס איז השי”ת, און ער איז מקומו של עולם. ווייל פאר די בריאה איז ער אויך געווען קומט אויס אז די גאנצע וועלט שטייט אין דעם בורא ית’. דערפאר דארף מען זיין אזוי דבוק אז זיינע אויגן זעהען נאר השי”ת. און אזא מענטש איז זוכה אז עס ווערן אפגעטיילט פון אים אלע קליפות וואס זיי זענען אלע שטערונגען וואס פארטונקלען און לאזן נישט דעם קשר פון דעם איד מיט השי”ת, און פארשטאפן די עיני השכל צו קענען זען דעם באשעפער.

און ער זאל טראכטן אז השי”ת איז משפיע פון אויבן צו אונז דא אונטן דורך די צונורות פון אויבן אויף אונטן אין אלע עולמו,ת און אונז גייען אין השי”ת וכו’. אויך זאל ער טראכטן אז ער איז שטענדיק ביי השי”ת כנ”ל. אפילו אמאל איז עס נישט מיט אזא שטארקע דביקות, און אמאל איז עס מיט א גרויסע התלהבות.

ז

זעהען דעם אויבערשטן אזוי ווי ער קוקט אויף א מענשט כביכול

א פאר מאל ליגט א מענטש און בעט און עס זעט אויס ווי ער שלאפט, אבער ער שלאפט נישט, נאר ער איז זיך מתבודד מיט השי”ת. און דאס איז א גרויסע מדריגה, ער זאל שטענדיג זען השי”ת בעין שכלו, מיט זיינע רוחניות’דיגע אויגן, אזוי ווי ער קוקט (להבדיל) אויף א מענטש, און ער זאל טראכטן אז השי”ת קוקט אויך אויף אים, אזוי ווי א צווייטער מענטש קוקט אויף מיר.


ח | התכללות בו ית"ש

התכללות בו ית’

קעח

נכלל ווערן מיט השי”ת, ווערן איינס מיט אים כביכול

ווען א מענטש איז זוכה און שפירט אז השי”ת שטייט נעבן אים, און איז מיט אים ממש, דאן איז די עבודה פון מענטש – לכלול את עצמו – זיך פאראייניגן מיט השי”ת, כולל זיין זיין אייגינעם איך (מיט אלע נבראים צוזאמען) אין השי”ת. און אין די עבודה, איז דא ג’ בחינות.

קעט

דאס אויפכאפן אין טיפקייט פון נפש

די ערשטע בחינה איז תופס זיין בעומק הנפש אז באמת דער נברא דער “אני” איז א חלק פון אים ית’ כביכול, ווי עס שטייט “כי חלק ה’ עמו”, און נאך שטייט “קב”ה וישראל חד”. און נאך זאגן די ספרים, אז די בריאה איז “כהדין קמציה דלבושיה מיניה וביה”, אזוי ווי די היישעריק וואס זיין לבוש וואקסט מיט אים, אין נאך אזעלכע מאמרים, וואס לערנען אונז די טיפקייט פון דעם ענין, אז כביכול דער נברא איז א חלק פון השי”ת.

און אפילו אסאך האבן שוין פראבירט צו ערקלערן די טיפקייט פון דעם ענין מיט כל מיני אויסדריקן, סוף כל סוף איז דער ענין א סוד, און עס איז העכער פון די השגה פון א נברא צו פארשטיין. (ווייל אין טיפקייט, אזוי ווי דער אין סוף איז נישט מעגליך משיג זיין, אזוי איז אויך שווער צו פארשטיין די זאך וואס איז א חלק פון אין סוף, ודו”ק מאוד מאוד וד”ל). דערפאר איז דער אופן פון זיך באהעפטן מיט די בחינה, נישט דורך דעם מענטשלכן פארשטאנד, נאר א שלימות’דיגע אמונה אליין, נאר דורך אמונה אין השי”ת און אין די דברי חז”ל. און ווען א מענטש וועט זיך א שטיקל צייט בעהעפטן מיט די מחשבות צו דעם ענין (אן קיין שום פראווע צו וועלן פארשטיין, נאר מיט אמונה פשוטה אין די זאך כנ”ל) און אזוי וועט ער רעדן מיט זיין מויל ממש, און דער ענין וועט שטענדיג זיין איינגעוואוינט אין זיין מחשבה און דיבור, וועט ער זוכה זיין נכלל ווערן אין די בחינה, און שפירן קלאר אז ער איז איינס מיט השי”ת.

און איך בין דיר נאכאמאל מזהיר און ווארן דיר, זאלסט דאס חלילה נישט פראבירן צו וועלן פארשטיין, ווייל עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין. “ואם רץ לבך – ווען דיין הארץ לויפט און וויל פארשטיין – שוב למקומך” מאך צו דיין מוח און זוך נישט צו פארשטיין, נאר א ריינע פשוט’ע אמונה אין דעם, ביז וועסט די זאך אויפכאפן און עס וועט זיך אנטפלעקן אין דיינע חושים פון הארץ, נישט מיט מהרהר זיין נאר מיטן פילן.

קפ
ארויסגיין פון זיך
די צווייטע בחינה איז העכער פון די ערשטע, און דאס איז דער ענין פון אינגאנצן פארטרייבן די מחשבה פון זיין “אני”. ביי די ערשטע בחינה איז דער מענטש באשעפטיגט מיט זיין אני, נאר ער איז נישט באשעפטיגט מיט דעם אני וואס איז אפגעשיידט פאר זיך, דאס מיינט צו זאגן, עס איז ביי אים נאך דא דער “אני”, און דער “בורא”, נאר דער אני ווערט אלס נענטער און נענטער צום בורא, אבער דאס איז א מצב וואס א מענטש פילט און ווייסט אז דער אני איז א חלק פון השי”ת כביכול, אבער פונדעסוועגן האט ער נאך צוטאן מיטן “אני”, נאר דער “אני” פארשטייט אז ער איז א חלק פון השי”ת.

אבער מצד די צווייטע בחינה איז בכלל נישטא צו טאן מיט א “אני” (נאר וויפל מען מוז אויף די מקיים זיין די תורה) נאר מיט השי”ת. און יעדן מאל ווען עס קומט ארויף אויף זיין געדאנק א מחשבה וועגן זיך, וועגן זיין “איך”, סיי א מעלה סיי א חסרון, סיי גאוה סיי שפלות, איז ער מסיח דעת פון דעם ענין פון טראכטן פון זיך, און ער קערט זיך צוריק זיך צו באהעפטן צו השי”ת. אין ער איז נישט עוסק מיט זיין אני, נאר וויפל עס איז וויכטיג צו מקיים זיין די מצות, און מאכן א חשב’ן הנפש וועגן זיך יעדן טאג א באשטימטע צייט, און אויסער דעם חלק, איז ער נאר עוסק און באשעפטיגט מיטן בורא ית”ש.

קפא
ארויסגיין פון מציאות הנבראים
דער טיפער מיין פון די דיבורים איז, אז דער היסח הדעת פון דעם אני איז אויך כולל א היסח הדעת פון אלע נבראים, וואס זיי זענען איין גרויסער אני, און נאר זיין באשעפטיגט מיט השי”ת. און זיינע מחשבות אויף די נבראים, איז נאר לויט וויפל מען דארף אויף צו טאן חסד, און דאס גלייכן. און מצד די בחינה איז דער מענטש נישט באשעפטיגט און פארנומען און דער הערט נישט זיין אני, נאר זיין נפש איז אינגאנצן פארנומען מיט השי”ת. און דורך דעם נאכאנאנדיגע קביעות צוריקקערן די מחשבות פון די נבראים צו השי”ת, גייט ארויס דער מענטש פון דעם צוגעבונדנקייט צו די נבראים און צו זיך, און ווערט נכלל אין מציאות ה’.

און די מדרגה איז נאר העכער פון דביקות, וואס דאס מיינט דער אני איז דבוק אין ה’ ווייל מצד די בחינה וואס מיר האבן יעצט דערמאנט, זענען מיר נישט באשעפטיגט מיטן אני, נאר מיט השי”ת. און דאס אליין איז דער “התכללות”.

ווייל יעדער מציאות איז לויט די מקבלים, לויט וואס די מקבלים זעהען אז עס איז דא א וועלט מיט אסאך פרטים. אבער ווען דער מקבל איז נישט באשעפטיגט און באהאפטן צו קיין שום זאך, ווייל ער איז אלעס מקשר צו השי”ת, איז עס אזוי ווי די אלא נבראים זענען נישטא באמת. ווייל אלעס איז נאר לפי וואס דער מקבל קוקט אויף די זאך.און ווען ער פארטרייבט זיין מחשבה פון צוזיין באהאפטן אין זיך, און טראכט פון זיין באשעפער, איז נישטא קיין אני. והבן און פארשטיי, ווייל די זאכן זענען זייער, זייער, זייער, טיף.

קפב
התבוננות און עצם מציאותו ית’
און די בחינה ווערט איינגעטיילט אין 2 חלקים: א) וואס דער מענטש איז זיך מתבונן אויף גדלות הבורא, זיינע ניסים ונפלאות וכו’. ב) וואס דער מענטש טראכט פון השי”ת אליין, און ביי דעם איז נישטא קיין התבוננות, נאר א פשוט’ע מחשבה אין דעם עצם מציאות הבורא, און די בחינה איז דערהויבענער פון די ערשטע. און ווען דער מענטש באהעפט זיין מחשבה אין די בחינה מיט א קביעות שטענדיג, איז ער אין דעם כלל וואס איז באוואוסט פון הייליגן בעש”ט זיע”א אז וואו א מענטש טראכט דארט געפינט ער זיך. און נאך טיפער, ער ווערט נכלל אין די בחינה וואס ער טראכט פון דעם. אין ווען ער טראכט נאר פון עצם דעם אויבערשטן אליין, מציאות הבורא כביכול, ווערט ער נכלל ממש, ודי למבין. די מדרגה איז הפשטת כח המחשבה המורכב, און א התכללות בו ית”ש.

קפג
התכללות
די דריטע בחינה איז דביקות אין דעם “אין עוד מלבדו כפשוטו”, ווי עס שטייט אין די ספה”ק, ועיין בדבריהם וד”ל.

אונזערע אלע דיבורים וועגן התכללות בו ית’, וועגן זיין איינס מיט אים כביכול, האבן מיר געשריבן זייער זייער בקיצור, און די שרידי הדור וואס זוכן שלימות, דארפן פארדעם א ברייטערער ערקלערונג. און מיר זענען נאר געקומען אנטפלעקן א קליין פונק פון דעם גרויסן ליכט, אור האמונה, מתיקות זכרו יתברך, ווי חז”ל זאגן, הציץ עליו בעל הבירה וד”ל.

תם ולא נשלם ואם יזכנו ה’ נמשיך להרחיב היריעה.

מיר האבן געענדיגט אבער נישט אינגאנצן, און אויב השי”ת וועט אונז מזכה זיין, וועלן מיר ממשיך זיין דערברייטערן די ענינים.